מעמד נהדר יובל החמשים צום אפצייכענונג פון פופציג יאר זינט די התייסדות פון קהל בית חיים יהושע
- בחצרות הקודש
- לפני 50 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י. ,JDN
מיט געהויבענע געפילן האבן פילע חסידי ובאי חצר הקודש בית חיים יהושע אין בארא פארק מיטגעהאלטן פאריגן מוצאי שבת תולדות א גרויסארטיגער חגיגה אדירה און מעמד משולשת, צו פייערן די דרייפאכיגע חגיגה וועלכע האט אפגעצייכנט א "יובל החמשים", גאנצע פופציג יאר זינט די התייסדות פון קהל בית חיים יהושע, וואס איז ב"ה אין לויף פון די יארן אויסגעשטיגן אלס א הערליך חסידיש ווינקל ווי פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה קלאמערן זיך לאורו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, מזקני האדמורי"ם לבית צאנז, ומשרידי דור הישן.
די מאורע איז געווען קאמבאנירט מיט די סעודת הילולא פונעם רבינס פאטער, הרה"צ רבי חיים יהושע'לע הלברשטאם זצ"ל הי"ד, וועמענס יארצייט געפאלט איס אויסגעםפאלן בו ביום ליל ג' כסליו, און אויף וועמענס נאמען די קהלה איז נקראת "בית חיים יהושע", דערצו איז אפגעראכטן געווארן א "מעמד סיום רבתי" אויף מסכת פסחים, וואס ווערט געלערנט טעגליך דורך די חסידים אין די ראמען פונעם מסגרת "ובחרת בחיים" פון די קהילה.
די מעמד איז פארגעקומען אין די גרויסע "עטרת גאלדא" זאלן אין צענטער פון שטאט בארא פארק וואו א ריזיגער ציבור פון הונדערטער אידן בליעה"ר האבן איבערגעפילט דעם זאל עד אפס מקום. אלס יושב ראש פון די גראנדיעזע חגיגה האט געדינט הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א אבד"ק עדת חסידים, וואס האט מיט זיין רייכע שפראך אנגעפירט די מעמד בטוב טעם ודעת, נאכן פתיחת המעמד האט ער אויפגערופן בנו יחידו פונעם רבי'ן, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, וועלכער האט בקול חוצב ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון א התקשרות צו א קהילה, וואס דינט ווי א אויר לנשימה פארן טאג טעגליכע לעבן זייענדיג מקושר אין די אמאליגע צדיקים, לאורו פונעם רבי'ן שליט"א וואס טוט ממשיך זיין זייערע הייליגע דרכים בלי שום שינוי.
דערנאך האט די יושב ראש אויפגערופן, די נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט סכומים גדולים לטובת די חבורה "ובחרת בחיים" אין די קהילה, און דער רבי שליט"א האט זיי געגעבן א מתנת קודש לאות הוקרה והערכה, דערצו האט מען אויך אויפגערופן די גבאי הביהמ"ד ועסקני הקהילה, וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען במשך די אלע יארן פארן קהילה, דער רבי שליט"א האט זיי געשאנקן א לעדערנע תהילים מיט אן הקדשה בכתב יד קדשו, אלס אנערקענונג פאר זייערע לייסטונגען און איבערגעגעבנקייט.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד הסיום, מיט וואס מען האט מכבד געווען הרה"ח ר' משה אלי' בריננער הי"ו א זון פון הנגיד החסיד רבי יוסף ארי' בריננער הי"ן, לאנגיעריגע און געטרייע נאמן ביתו פונעם רבי'ן.
באלד נאכן סיום נאו מען אויסגעבראכן אין ריקודין עילאין ווען די פיל קעפיגער ציבור האט זיך מיטגעריסן צו התלהבות'דיגע טענץ, טאנצנדיג אויף ניגוני תורה און ניגוני הודאה, שאפנדיג א מחזה הוד, בעת די רבי איז מעודד די ריקודין, אפגעבנדיג א שבח והודאה אויף אלע יאהרן ביז היינט אין די קהילה קדושה, אין לויף פון איר ערשטע יובל אפשניט.
א שטילקייט האט געהערש אין זאל ווען ד רבי האט אנגעהויבן די דברות קודש און אויפגעשטרומט דעם ציבור מיט דברים חוצבים להבות אש. דער רבי האט מיט גרויס התרגשות ארומגערעדט איבער דעם היינטיגן זמן דערגרייכנדיג דער יובל החמישים וואס איז א צייט פון התבוננות, און א פאסיגע געלעגנהייט אפצוגעבן א שבח והודאה, די רבי האט מאריך געווען בדברי דרוש ואגדה, און בתוך דבריו דערמאנט עטליכע חברי הקהילה נשמתם בגנזי מרומים מייסדי הביהמ"ד.
צום שלוס איז צוגעברענגט געווארן אל מול פני הקודש א מנחת ביכורים פון די ילדי החמד פון תלמוד תורה דרכי חיים, וועלכע האבן געלערנט טויזנטער שעות רציפות, לזכותו פונעם מנהיג העדה די רבי שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו, בייגעלייגט מיט א כוללות קוויטל להזכר לטובה, נאך ברכהמ"ז האבן די חסידים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה מיט ניגוני שמחה, בעטענדיג א הייסע תפילה מ'זאל זוכה זיין נאך רבות בשנים נהנה צו זיין מאורו הבהיר.
ביים מעמד האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים, צווישן זיי כ"ק האדמו"ר מסקאליע שליט"א, כ"ק האדמו"ר מצאנז סטעטן איילענד, הרה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אב"ד סארוואש, אב"ד ראדומישלא, און רבנים חשובים נכדי צדיקי בית באבוב, וועלכע זענען געקומען משתתף זיין לכבודו פונעם רבי'ן, מפארי האדמור"ים אין די גזע לבית צאנז - באבוב.
די פילע חסידים האבן זיך צושפרייט מיט געפילן מלא התרוממות, און מיט פרישע כוחות און אנגעזאפטע הערצער, ממשיך צו זיין דעם דרך המסורה לאורו הבהיר פונעם באליבטן מנהיג העדה.





















