דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

א געהויבענע שטימונג הילט איין תלמידי וחסידי סאטמאר בקרתא דשופריא זיך גרייטנדיג מיט התרגשות דקדושה וחדוה עילאה צום יום טוב פורים הבעל"ט ווען מען וועט האבן די זכיה אז הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וועט פראווען דעם געהויבענעם יום טוב "פורים המשולש" מיט עדת צאן מרעיתו וועלכע לעכצן און קוקן ארויס צו פראווענען א יום טוב בצל קורתו פון מורה דרכם דער רב שליט"א.
דער סאטמארע קהילה אין ירושלים האט מאז ומקדם גענאסן א חיבה יתירה ביים רב שליט"א, וועלכער טוט כסדר ארויסווייזן א ספעציעלע אהבה צו דעם מקום וואו ער האט אזויפיל יאהר משמש געוועהן ברבנות און געדינט אלס דער איש על העדה. אויך די לעצטערע יאהרן זינט דער רב שליט"א האט זיך באזעצט אין אמעריקא, טוט ער כסדר ארויסקומען פראווען שבתים ויומי דפגרא בקביעות בתוככי עדת צאן מרעיתו אין ירושלים.
אצינד האבן די רבני וראשי הקהלה והמוסדות אין ירושלים עיה"ק אפגעשריבן א ספעציעלע בריוו צום רב שליט"א קיין אמעריקא, איהם איינצולאדענען לשכון כבוד בתוככי הקהלה אויף די קומענדיגע חודש אדר אריינגערעכנט "פורים המשולש", נאך א לענגערע צייט אפשניט וואס דער רב שליט"א האט נישט געקענט אהינפארן אויף א יום טוב וכדומה צוליב די אומשטענדן אין ארץ ישראל.
צווישן די רבנים החותמים אויפן בריוו, האבן אונטערגעשריבן הגאון הצדיק ר' משה זאב זארגער דומ"ץ סאטמאר ירושלים, הגאון האדיר רבי שלמה יודה הירש חבר בד"ץ העדה החרדית ורבני קהילת סאטמאר ירושלים, אין צוגאב צו נאך צענדליגע חתימות פון די רבנים דיינים ויושבים על מדין, חברי הנהלת המוסדות, און די זקני ונכבדי העדה, וועלכער ברענגען ארויס דעם תשוקה פונעם היימישן עולם אין ארץ ישראל אז דער רב שליט"א זאל קומען צו פארן לחזות בנועם השם ולבקר בהיכלו, כבימי קדם ביי די שיינע שבתים עטליכע מאל אין יאהר, און בפרט דעם יו"ט פורים וואס איז פון די שענסטע זמנים אין יאהר ביים רב שליט"א און ליגט נאך גוט אין די ביינער פון יעדן וואס האט דאס מיטגעהאלטן.
דער רב שליט''א האט נעתר געוועהן לבקשתם און די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעלייגט צו אראנזשירן די הכנות פון דעם לענגערן באזוך וואס אנטשפרעכט צו ברענגען הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה פאר די קהילה אין תושבי ירושלים בכלל.



Comentarios