top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ באזוכט ביי האד' מגור צו בעפארשטייענדע חתונה במעונו | גאלעריע

  • Bechatzros admin
  • 2 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 5 ביוני

זונטאג פ' תצוה • ב' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


פארגאנגענער וואך האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א באזוכט בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איינצולאדענען צו די בעפארשטייענדע חתונה פון א אייניקל. בין השיחים האט דער רבי איבערגעגעבן א גריס פון זיינע לעצטיגע באזוכן אין די גערער ישיבות, סיי פון זיין באזוך אין די גערער ישיבה אין אשדוד וואו ער האט זיך גלייכצייטיג באקענט פונדערנאנט מיט די "מזומנים" תורה-רעוואלוציע בחצר הקודש גור, אויך האט דער רבי דערמאנט זיין באזוך נישט לאנג צוריק אין די גערער מתיבתא אין לאנדאן און דערביי אויסגעדרוקט זיין התפעלות, דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון די קהילה אין שטאט ערד וואו ער איז געוועהן צוגאסט מיט עטליכע וואכן צוריק און דארט מיטגעהאלטן די סעודת הילולא פון הייליגן שפת אמת מגור זי"ע, דער גערער רבי שליט"א האט ארויסגעוויזן א שטארקן קורח רוח פון די שיינע גריסן און דערנאך מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן דעם חתן.

ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page