מאנטאג וירא • י' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל שענקער, JDN
לרגל די 57'סטע יום הבהיר פון המשפיע המפורסם הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א וועלכע איז אויסגעפאלן דעם מוצ"ש ט' חשון, האבן די חברי חבורה פון חיפה איבערגעגעבן אן אייגענארטיגע מתנה פאר מורם ורבם דער משפיע שליט"א, א קבלה טובה, זיך מחזק צו זיין '57 מאל' בענין 'שמירת עינים', אויף וואס דער משפיע טוט אסאך מעורר זיין. די קרוב צו פינף הונדערט אינגעלייט חברי החבורה, האבן אונטערגעשריבן א פאראייניגטע בריוו, אונטערן קעפל 'עוצם עיניו מראות ברע', לקבל על עצמינו להתגבר לכל הפחות נ"ז פעמים בהתגברות של 'שמירת עינים' לזכות מורינו שליט"א. אזוי אויך האבן זיך די חברי החבורה פון צפת זיך מקבל געווען אן ענדליכע קבלה טובה, זיך מחזק צו זיין אין שמירת עינים אין לויף פון 57 טעג.
מוצ"ש, בעצם יום הבהיר, האט דער משפיע געפראוועט א גרויסארטיגע מלוה מלכה אין שטאט 'חיפה' דורך 'חבורת באר האמונה' אין שטאט און דערביי האבן די תלמידים איבערגעגעבן דעם אייגענארטיגן מתנה, אויף וואס דער משפיע האט ארויסגעוויזן גרויס הנאה און קורת רוח און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט און די חשיבות פון די קבלות טובות.
תיכף נאכן מלוה מלכה אין חיפה האט זיךדער משפיע ארויסגעלאזט קיין מירון וואו ער האט פארוויילט רוב פונעם טאג אין די מערה ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רשב"י און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס למען הכלל והפרט אין דעם גרויסן טאג.
Comentarios