top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק געפראוועט אין עיר ואם בישראל ביתר במקהלות עם רב

דאנערשטאג פ' כי תשא • כ' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: רפאל שווארץ


הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך די וואך מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' חיים מאיר קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר, איידעם ביי הגאון הגדול ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם ורב חסידי תולדות אברהם יצחק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יואל כ"ץ שליט"א, בן הגה"צ ר' יהודה הכהן כ"ץ שליט"א רב דקהל ויצב אברהם אין מעלבארן אסטראליע, און איידעם ביי הגה"צ ר' דוד שוויממער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש, די חתונה איז פארגעקומען אין די גרויסע פריימאן אודיטאריום אין שטאט ביתר.


ביים מעמד קבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"צ רבי יעקב טייטלבוים איידעם פון האד' מתולדות אברהם יצחק, ביים מעמד החופה איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און מיט קריאת הכתובה דער פעטער פון חתן כלה כ''ק האדמו''ר מנחלת אהרן שליט"א.


דער זיידע הגה"צ ר' יהודה כ"ץ רב דקהל ויצב אברהם אין מעלבארן אסטראליע איז מכובד געווארן מיט ברכות ראשונות, און כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש מיט ברכה אחריתא, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים פאר עטליכע מינוט.


די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט לכל הקהל הקודש אינעם גרויסן זאל, עס האבן מהנה געוועהם בפרקי שירה וזמרה די קאפעליע דחסידי תולדות אברהם יצחק אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט. א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געווען מיט פרייליכע ריקודין ווען די זיידע די רבי שליט''א טוט באשיינען די שמחה בראש המסובים, אויך האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים פון שטאט ביתר, צווישן זיי: כ''ק האדמו''ר מזוועהיל שליט''א, הגה"צ רבי ברוך מרדכי מינבערג רב דקהל עדת מתמידים אין מעיאר פון שטאט הרב מאיר רובינשטיין.


בדחנא דמלכא ר' ברוך פרענקל האט געגראמט און אויסגערופן דעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועלכער האט כדרכו בקודש געטאנצן א לענגערע צייט בשלהבת אש קודש מיט איבערמידליכע כוחות, דאן איז די רבי געטאנצן מיט די נגידים אין געסט וואס זענען געקומען צו פארן צו די חתונה מעבר לים, אין דערנאך האט מען אויסגערופן די איבעריגע זיידע'ס אין מחותנים.


כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א איז פארבליבן אין שטאט ביתר אויף די נאכפאלגענדע טעג ביז נעכטן מיטוואך ווען די רבי האט זיך אומגעקערט למעון קדשו אין ירושלים.









































bottom of page