top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקר חיזוק פון האד' מסקולען לעיקוואד אין שטאט טאראנטא געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט

  • Bechatzros admin
  • 4 במרץ
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 5 במרץ

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN


בכבוד הראוי האבן תושבי טאראנטא מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק אין שטאט מחזק צו זיין די ארטיגע אידנטום, און אריינבלאזן עמערס פון חיזוק און השפעות פאר די תושבי העיר.


די הויכפונקט פונעם געהויבענעם באזוך איז געווען די גרויסע שבת אין שטאט טאראנטא, וואס איז געפראוועט געווארן מיט א זעלטענע התעלות מבואו ועד צאתו, אינעם ריזן זאל אין בנין תפארת בית יעקב, במעמד פון הנדטערטער תושבי העיר וואס זענען געקומען זיך דערווארעמען בצילא דמהימנותא, דער רבי שליט"א האט געהאט די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' פייוויש העללער מגדולי תומכי המוסדות, און לאנגיעריגער בעל אכסניא פון הרה"ק מסקולען זי"ע.


מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי אפגעפלויגן מיט א פליגער פון ניו דזשערזי קיין טאראנטא, אנקומענדיג איז דער רבי צוגעפארן לבית האכסניא, און אויפגענומען א געקליבענע צאל נגידים לעצה ולברכה.


שפעטער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרב הגאון ר' יו"ט ליפא פריעדמאן ראש כולל שומרים לבוקר, וואו עס איז פארגעקומען א מלכות'דיגע קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן. דער רבי איז אנטפאנגען געווארן בשירה וזמרה, און פארגעזינגען ניגוני קודש און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש. צווישן אנדערע האבן זיך באטייליגט די רבני העיר: הגאון ר' מרדכי קאנער אב"ד קול יעקב, הגאון ר' דוד פאם אב"ד זכרון שניאור, הגאון ר' יהושע פירער אב"ד באבוב טאראנטא, הגאון ר' יעקב קויפמאן אב"ד תהלת ישראל, הגאון ר' יאיר אדלער אב"ד שואבי מים, און נאך.


דאנרעשטאג פארמיטאג האט דער רבי באזוכט אין די שטאטישן תלמוד תורה יסודי התורה, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי התלמוד תורה.  דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק פאר די קינדער, און צווישן אנדערע מעורר געווען איבער זיך שניידן די טשופעס און פארטיילט שיריים פאר די מלמדים, און זיך אויפגעשטעלט אין א לעבעדיגע טאנץ.


נאכמיטאג האט דער רבי אויפגעטראטן מיט שיחת קודש אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין שטאט און די ארטיגע מתפללים זענען אריבער שלום גענומען א לענגערע צייט. כחצות הלילה האט דער רבי אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים כמנהגו בימי השובבי"ם.


אויף שבת קודש זענען געקומען צו פארן איבער הונדערט געסט פון לעיקוואד און אנדערע שטעט, מיטצוהאלטן די געהויבענע שבת בצל הקודש, די תפילות און טישן זענען פארגעקומען אין די בנין פון בית יעקב, וואו עס איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע היכל צום דאווענען, און א באזונדערע היכל פאר די טישן מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור המשתתפים. הונדערטער תושבי העיר האבן באלאגערט דעם זאל ביי די תפילות און טישן זיך צו דערווארעמען בצל הקודש אויפן סקולענער שטייגער.


פרייטאג צונאכטס האט דער רבי געדאווענט אין ביהמ"ד קול יעקב, ווי דער רבי האט פארגעדאווענט קבלת שבת פאר'ן עמוד און דערנאך זענען הונדערטער תושבי העיר אריבער וואונטשן גוט שבת און שלום געבן פארן גרויסן גאסט. די סעודה פאר די געסט איז פארגעקומען אין א באזונדערע זאל אינעם בנין בית יעקב, וואו עס האט אויפגעטרעטן בנו הגדול פון רבי'ן הרב גבריאל יודא פארטוגאל.


ניין אזייגער ביינאכט איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, און פארגעזינגען די זמירות כנהוג אויפן סקולענער נוסח, דער רבי האט קידוש געמאכט און משמיע געווען דברות קודש. עס האבן זיך אנגעזעהן גדולי רבני העיר וואס זענען מכובד געווארן מיט ניגונים, ובראשם דער מרא דאתרא הגה"צ רבי יעקב יחזקי' סופר גאב"ד טאראנטא. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הנגיד רבי שמואל לעמיל הי"ו.


שבת אינדערפרי זענען די עליות פארקויפט געווארן פאר גרויסע סכומים לטובת החזקת המוסדות, דער רבי האט געדאווענט מוסף, און דערנאך אפגעראכטן א קידושא רבא לרגל הולדת הבת ביי הנגיד ר' יודל גראס הי"ו און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש. מיטאג טיש האט דער רבי געפירט בבית האכסניא, וואו עס האט זיך באטייליגט א גרויסע ציבור חסידים און תושבי העיר.


ביי שלש סעודות האט זיך ווידער אנגעזעהן א ריזן ציבור תושבי העיר, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש דברי חיזוק והדרכה שטייענדיג אביים סיום ימי השובבי"ם. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און נאך מעריב געמאכט הבדלה. שפעטער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם שמואל גראס און דארט אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה, און דערציילט סיפורי צדיקים.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

Comentários


bottom of page