שיינע שידוך געשלאסן בחצרות בית סאטמאר - אלעסק - חוסט
- Bechatzros admin
- 3 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג איז בשעה טובה געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א פון בארא פארק איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א טאכטער ביי בנו הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת סיגעיט. די שמחת הווארט איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד ברך משה בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו דער רבי האט מכבד געוועהן די מחותנים מיט לחיים, מען האט געזונגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז פאראיבער וואונטשן לחיים.












תגובות