top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע באזוך פון האד' ממונקאטש אין זומער קעמפ מחנה 'חיים ושלום' מונקאטש אין קייאמישע לעיק

  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט''א האט אפגעשטאט א באזוך אין די זומער קעמפס מחנה 'חיים ושלום' דחסידי מונקאטש, אין קייאמישע לעיק. דער רבי שליט"א איז שוין אנגעקומען אין קעמפ מאנטאג נאכט וואו ער האט איבערגענעכטיגט במעון קדשו אינעם קעמפ.


דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית בביתו נאוה קודש מיט א צאל מקורבנים ובני המשפחה. נאכן דאווענען איז אנגעקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ שכונת קעסקעיד אין וויליאמסבורג, להתברך בברכת השנים.


נאכמיטאג איז פארגעקומען א גרויסן מעמד קבלת פנים, דורך די תושבי וילדי המחנה אינעם גרויסן חדר האוכל פונעם קעמפ. די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן לקול תרועת הזמר, און דורכאויס דעם מעמד האט א ספעציעלע קינדער קאפעליע געזונגען ווארימע חרוזים לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל התלמוד תורה הר"ר נחמן חיים בראדי הי"ו, וועלכער האט מיט פאסיגע ווערטער ערווענט די גרויסע זכי' וואס מ'האט מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן און צו הערן דברות קודש מפי צדיק.


דאן האט דער רבי שליט''א משמיע געווען יסודות'דיגע דברות קודש געאייגנט פאר די קינדער, אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם, דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט דעם אז באמת האט ער נישט וואס צו רעדן, ווייל ער הערט צוריק אזעלכע גוטע גריסן פון די קינדער, וואס שטייגן מעלה מעלה בתורה ועבודה, דערנאך האט דער רבי ארומגערעט איבער עבודת השם מיט א חיות, און אז אויך די גשמיות'דיגע אקטיוויטעטן דארפן גענוצט ווערן אויף עבודת השם.


דער רבי האט אויסגעפירט מיט א דאנק פאר די הנהלה רוחניות און גשמיות, און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די טייערע קינדער און פאר די מחנכים ותושבי המחנה. נאכן מעמד האבן די קינדער אהיימבאגלייט דעם רבי'ן למעון קדשו אינעם קעמפ.


שפעטער נאכמיטאג זענען אריין צום רבי'ן שליט"א די מנהלי המחנה, וועלכע האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן א לענגערע באריכט מהנעשה והנשמע אינעם קעמפ, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי הדרכה בענייני חינוך הבנים, און דערנאך געוואונטשן ברכת קדשו.



תגובות


bottom of page