top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטע אריינבליק פונעם בנין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל פרעזענטירט ביים גרויסן מעמד 'קהלא קדישא'

מאנטאג פ' תרומה • ג' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

קרעדיט: סאטמארע נייעס


אלפי חסידי סאטמאר תשובי קרית יואל האבן אין די טעג אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער די פלענער פון דער הרחבת גבולי הקודשה פונעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, וואס וועט פארגרעסערט ווערן אויף אריבער טאפעלט ווי ביז איצט, מיט פלאץ פאר נאנט צו "פופצן טויזנט" זיץ פלעצער אויף שבתים וימים טובים, און נאך פילע וויכטיגע אויסברייטערונגען, אז דער ביהמ"ד זאל קענען שטיין גרייט פאר די אלפי תושבי קרית יואל צוזאמען מיט רבבות חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט, וואס קומען כסדר זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די פלענער זענען נעכטן פארגעשטעלט געווארן ביים גראנדיעזן מעמד 'קהלא קדישא' אין קרית יואל - יובל החמישים להתייסדות הקהלה אין קרית יואל דורך דער איש המעש הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו חבר הנהלת הקהלה דקהל יטב לב, וועלכער איז אריינגעטון בעובי הקורה אין האט פארגעשטעלט די פרישע פלענער פארן ציבור האלפים.


צו דענלוידען דריקט דא

KJMASSIVESHULL
.pdf
הורידו את PDF • 25.59MB


bottom of page