top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יציקת רצפת האוצרות המקוה ביים נייעם סאטמארער ביהמ"ד אין בית שמש בראשות אבד"ק סאטמאר ירושלים

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וועלכע איז צוגאסט די טעג בקרב קהילתו אין עיה''ק ירושלים איז די וואך דינסטאג אנגעקומען אין בית שמש צום שטח הבניה פונעם ביהמ''ד הגדול והחדש דחסידי סאטמאר אויף רחוב בן איש חי אין די קנה בושם געגענט, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד "יציקת רצפת האוצרות המקוה" פאר די מקוה טהרה וואס מ'האט אנגעהויבן צו בויען. דער רב איז איבערגעגאנגען מיט די "ועד קרן הבנין" אלע דעטאלן פון די בוי ארבעט אויפן פלאץ. נאכדעם איז דער רב צוגעגאנגען צו גיסן די צעמענט פארן "אוצרות המקוה" אין פאר די "בורות זריעה און השקה" און דערנאך געגאסן די "יסודות פון די דרום וואנט פון היכל הביהמ"ד". דערנאך האט מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א געזאנג "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין". און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו דער רב האט אנגעוואונטשן די חברי ועד קרן הבנין און די הנהלת הקהלה, אז מ'זאל הצלחה און סייעתא דשמיא און בקרוב קענען זעהן דעם בנין על תילה בנויה.



























Comentarios


bottom of page