דינסטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט דינסטאג אינדערפרי האט כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א געלאנדעט אויף א קורצע באזוך אין שטאט מאנטשעסטער לרגל די חתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר מארגן מיטוואך אין שטאט, אינעם לופטפעלד האבן מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט"א אין די פמליה, א גראפע חסידים אין אוהדים און שפיץ פונעם מחותן הגה"צ רבי אהרן גרינפעלד שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנטשעסטער ובניו.
פונעם לופטפעלד איז די רבי שליט"א צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פון מוה"ר יואל אלימלך פריעדמאן הי"ו ווי די רבי האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען שחרית בבית האכסניא.
נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אויף תפילת מנחה און ישיבת 'אור תורה', תיכף נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין מעמד קבלת פנים מיט די בחורי הישיבה און שפיץ פון די מנהלים און מגידי שיעורים, וואו די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש אין הדרכות ישרות פאר די בחורי חמד.
שפעטער אין טאג האט אפגעשטאט באזוכן ביי די אדמור"י ורבני העיר, צווישן זיי הגה"צ רבי ישראל חיים הורוויץ אבד"ק סאטמאר, מחותנו הגה"צ רבי אהרן גרינפעלד שליט"א דומ"ץ בעלזא, הגה"צ רבי יקותיאל יצחק פאללאק אבד"ק סאטמאר, הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר אבד"ק וויז'ניץ, אין הגה"צ רבי חיים הלוי היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער. ווי אויך איז אריבערקומען באזוכן ביים רבי'ן שליט"א בבית האכסניא הגה"צ רבי יעקב כהנא מספינקא מאנטשעסטער, אין הגה"צ רבי נחמן כהנא חדב"ן האד' מפשעווארסק.
Comments