top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע "מעמד הכתרה" פאר הרה"ג רבי יונה שטערנבוך אלס דומ"ץ אין שכונת "רמת אברהם" בית שמש

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א שיינעם מעמד ההכתרה איז פארגעקומען פארלאפענעם וואך במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', ווען עס איז אויפגענימען געווארן נכדו הרה''ג רבי יונה שטערנבוך שליט"א צו דינען אלס רב ומורה צדק אינעם רמת אברהם געגנט אין בית שמש לשמחת לב אלפי תושבי העיר.


די פרישע רב האט פון זיינע יונגע יאהרן זוכה געווען אסאך משמש צו זיין בתורה ובהלכה ביי זיין גרויסן זיידן וועלעכער האט סומך ידו געווען אויף דעם אייניקל בהוראה. מיט ארום צוויי יאהר צוריק האט ער זיך אריבערגעצויגן אין די רמת אברהם געגנט, אין נאך פילע הפצרות  פון די ארטיגע איינוואוינער ורבני השכונה האט ער בהורמנא דמלכא פון זיין גרויסן זיידן אנגעפאנגען זיצן בקביעות אינעם בית הוראה אינעם געגנט צו ענטפערן שאלות פאר די תושבי השכונה.


די מעמד איז פארגעקומען מיט די באטייליגונג פון די ראשי וחשובי השכונה במעונו פונעם גאון אויף וועמען עס האט זיך אנדערקענט די געוואלדיגע שמחה דקדושה אז ער איז זוכה צו מכתיר זיין זיין חשוב'ן אייניקל אלס א רב בישראל, די גאון האט אויפגעטראטן מיט ווערטער לכבוד המאורע ארומרענדיג איבער די חשיבות און אחריות פון א רב בישראל און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נייעם רב, אויך האבן אויפגעטראטן די מרא דאתרא פון שכונת רמת אברהם הגאון ר' אשר יעקב אולמאן, הגאון רבי אהרן קארנפעלד מרבני בית שמש, דער שווער פונעם נייעם רב הגאון רבי זלמן דוד צוקערמאן רב קהילת "פרושים" גבעת שאול, און זיין פאטער הגאון רבי אשר שטערנבוך בנו הגדול פונעם פוסק הדור וועלעכע האבן פה אחד האבן אנגעוונטשן דעם פרישן רב, ער זאל קענען אויפטוהן גדולות ונצורות און קענען ווייטער שטיין לימין קדשו פון זקינו הגדול עד ביאת ינון במהרה.
















bottom of page