דינסטאג פ' יתרו • כ' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יעקב ניישלאס שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ירמי' ניישלאס שליט"א אבד"ק סערדאהעלי בני ברק, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א אדמו"ר מזעליחוב וראש ישיבת משכנות הרועים.
די חתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין זאל אמרלד אין מושב נחום נעבן בית שמש, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים. צום באשטימטן צייט זענען די זיידעס האדמורי"ם ערשינען צום מעמד קבלת פנים וואו מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, ביים מעמד החופה איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און מיט קריאת הכתובה דער דאפלטער עלטער פעטער פון כלה און מחותן מצד החתן הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א.
דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכות ראשונות, און דער זיידע הגה"צ אב"ד סערדאהעלי ב"ב מיט ברכה אחריתא, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים פאר עטליכע מינוט.
די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט לכל הקהל הקודש אינעם גרויסן זאל, א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געווען מיט פרייליכע ריקודין ווען די זיידעס האדמורי"ם באשיינען די שמחה בראש המסובים, אויך האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים, די פעטערס כ"ק האדמורי"ם ממשכנות הרועים, ביאלא בני ברק, ראחוב, טעמעשוואר, זידטשויב ב"ב, נחלת אהרן, קאסאני בית שמש, מבקשי אמונה, נדבורנא פתח תקוה, און הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן, האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, דזיקוב ויזניץ, קאליש, בערעגסאז, מיאלען, הגאון ר' שמואל בראנדסדארפער חבר ביד"ץ העדה החרדית, הגאון ר' פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה, און נאך פילע רבנים ומורי הוראה.
ביים סוף פונעם טאנצן האט מען מקבל געווען דעם געהויבענעם עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער איז מכובד געווארן צו טאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מזעליחוב, און ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק.
בדחנא דמלכא ר' שלום יעקב ראזענבערג האט געגראמט און אויסגערופן די זיידעס און מחותנים צום מצוה טאנץ, צוערשט דעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועלכער האט כדרכו בקודש געטאנצן א לענגערע צייט בשלהבת אש קודש מיט איבערמידליכע כוחות, דערנאך דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, און דערנאך האט זיך געשאפן א מחול לצדיקים בשמחה וחדוה וינועו אמות הסיפים.
Comments