ידיעות התורה רעוואלוציע: מעמד נהדר פאר תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי גור דורך ארגון חדוותא
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם ליל ששי איז אפגעראכטן געווארן אן אייגענארטיגע מעמד בחצר הקודש גור, געאייגענט פאר די איבער טויזענט בחורי הישיבות הקדושות דחסידי גור פון איבער גאנץ ארה"ק וואס זענען אנגעשלאסן אין ארגון 'חדוותא' וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הגה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין אלע גערער ישיבות, מיט די מטרה אז יעדע איינציגטסע בחור זאל קענען לערנען און זיך פארהערן אויף א מסכת אין ש"ס, אפגעזען אין וועלכע דרגא ער געפונט זיך.
די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן די מעמד איבער א שעה צייט.
ס'האט אויפגעטראטן דער פטרון מעמד הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו וואס האט מנדב געווען די מעמד לע"נ אמו ע"ה שטייענדיג בתוך שנת האבל לפטירתה. דאן האט אויפגעטראטן הרב יונתן ברנשטיין יו"ר איחוד מוסדות גור וואס האט ארומגערעדט בשבח פונעם נדיב ר' שלמה וואס לאזט זיך קאסטן גרויסע געלטער לכל קדשי בית גור, און ארויסגעברענגט אז יעדע בחור קען האבן די זכיה צו זיין א בקי בתורה, און דורך די צוזאמענארבעט מיט 'חדותא' קען מען בעז"ה צוקומען דערצו.
א שטארקע התרגשות האט דורכגעשטרוימט דעם זאל ווען די אלף בחורים האבן במשך עטליכע מינוט איבערגעזאגט בעל פה עטליכע דפים אין מסכת ראש השנה במזומנים, אזוי ארום האט מען מסיים געווען 25 מאל לעילו נשמתה. דערנאך האט הרה"ג ר' יהושע הורוויץ ר"מ בישיבת בית ישראל אשדוד געזאגט דעם הדרן, און זיך באדאנקט בשם הונדערטער בחורים און זייערע עלטערן פאר דער הפלא'דיגע מתנה חדוותא דישיבות וואס ברענגט אז יעדער בחור אין יעדער דרגה זאל האבן א חלק אין ידיעת התורה און זיך דערהייבן צו הויכע מדרגות.
דאן האט אויפגעטראטן הרה"צ ר' נחמי' שליט"א וואס האט אויסגערימט די בחורים אויף דעם וואס זיי האבן זוכה געווען מסיים צו זיין מסכתות ראש השנה און חגיגה און אצינד הייבט מען אן מסכת תענית מיט גרויס הצלחה.
צום שלוס האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג שליט"א רב חסידי גור אמעריקא וועלכע האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד וידיעות התורה וואס ליגט אויף יעדן איד אין יעדן מצב.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז ארויס פון זאל, האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בשמחת התורה.















תגובות