מוצאי שבת פ' מצורע • י"ב ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד ארזני
טויזענטער תושבי ירושלים האבן דעם פארלאפענעם ליל שישי איבערגעפילט היכל ביהמ"ד הגדול מהרי"ץ דושינסקיא אין עיה"ק ירושלים בשעה שהחכם יושב ודורש, ביי די צענטראלע שבת הגדול דרשה מפום ממלל רברבן, מרן פוסק הדור הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וועלכע האט אויפגעטרעטן בדברי הלכה ואגדה און ארומגערעדט איבער קריטיש וויכטיגע יסודות בעד יהדות הנאמנה, כהכנה דרבה לקראת די הייליגע יום טוב פסח הממשמש ובא.
צום באשטימטן צייט ליל שישי ערב שבת הגדול זענען זיך צוזאמגעקומען הונדערטער אידן מבני ירושלים של מעלה, כולם נקבצו ובאו, לשמוע את דבר ה', און הערן דעם דעת תורה הברורה איידער די געהויבענע ימי החג, אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן חשובע אדמורי"ם ורבנים אין שפיץ פונעם בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א און די חברי ביד"ץ העדה החרדית, הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער, הגה"צ ר' שמעון יצחק שלעזינגער, הגה"צ רבי יודל פישער און הגה"צ רבי אהרן בראנסארפער, הגה"צ רבי יעקב דוד הלברשטאם אב"ד צאנז טאשקאווא, און נאך פילע רבנים ודיינים ומורי צדק.
דער פוסק הדור האט אנגעהויבן די דרשה בדברי אגדה איבער יום טוב פסח, און יציאת מצרים וואס לערנט ארויס די ענין פון מסירות נפש זיך צו שטארקן אויף די נסיונות הגלות, דאן האט דער גאון אדרעסירט א רייע ענינים העומדים על הפרק, בראש וראשון די ביטערע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף די לומדי תורה בארצינו הקדושה, און דערביי אפעלירט צו די מנהיגי הקהילות וראשי העדות נישט איינצונגיין אויף קיין שום פשרות נאר מיט א מסירות נפש ממשיך זיין בדרך התורה והמסורה לנו מדור דור בלי שום שינוי, און אויסשרייען פאר די רשעים ''מיר טארן נישט און מיר ווילן נישט גיין אין ענקער טמא'נע מיליטער, מיר זענען סאלדאטן פארן אויבערשטן, און ער וויל אונז זאלן זיצן און לערנען אין די ישיבות און די תלמודי תורה, און זיך פירן מיט די דרך וואס אונז האבן מקבל געווען פון די צדיקים מדור דור".
דער גאון האט געזאגט אז אויב מיר וועלן שטיין פעלזן פעסט, וועלן זיי זיין שוואך און נישט קענען טוהן קיין שלעכטס, ליידער איז אבער פארהאן אזעלכע וואס טוהן אלעס וואס זיי קענען זיך צו חבר'ן מיט די שלטון הרשע, מיר זוכן זיך נישט צו געפעלן פאר זיי, און נישט שלום מאכן מיט זיי נאר אדרבה מיר האבן זיי פיינט, משנאיך ה' אשנא.
אויך האט דער גאון מוחה קעגן די פרומע אידן משולי המחנה וואס רופן זיך שומרי תורה ומצוות וואס פלאנען ארויפצוגיין דעם ערב פסח אויפן הר הבית מיט בגדי כהונה און כבשים און מקריב זיין דעם קרבן פסח, וואס דאס איז נגד דעת תורתינו הקדושה.
דערנאך האט זיך די פוסק הדור באצויגן צום שרעקליכן מצב הסכנה בארצינו הקדושה ווען פון אלע זייטן ארום שטייען גרייט פיינטליכע קרעפטן, און ווילן פארציקן יעדע רגע, און מיר דארפן זיך מחזק זיין באמונה און האפן צו די גאולה שלימה.
"מענטשן פרעגן צו מ'דארף מורא האבן פון איראן ווייל זיי האבן געשיקט באמבעס קיין ארץ ישראל, האב איך געזאגט אז בדרך הטבע דארף מען זיכער מורא האבן, נאר וויבאלד דער באשעפער איז מיט אונז דארף מען נישט מורא האבן. זיי זאגן אז מ'דארף נישט מורא האבן ווייל אונז האבן אזא שטארקע מיליטער, אינעם רגע אבער וועס דער באשעפער נעמט אוועק זיין השגחה קענען זיי גארנישט טוהן".
דערנאך האט מען געהערט דברי התעוררות, צום ערשט נזהר צו זיין אין כשרות, און די מעלה פון אונזער הכשר 'העדה החרדית' וואס איז שוין באקאנט איבער די וועלט אז ס'איז די מערסטע מהודר. דאן האט דער פוסק מעורר געווען איבער די אבי אבות הטומאה פון די 'אינטערנעט', וואס מ'דארף מאכן שטארקע גדרים וסייגים נישט זיך צו באנוצן בכלל דערמיט. און אויך מעורר געווען איבער מאדע'ס אין קליידער וואס כאפן זיך אריין, און מ'דארף גיין אנגעטוהן נאר ווי אזוי אונזערע עלטערן זענען געגאנגען.
נאכן דרשה איז די פוסק הדור אריין צום חדר המיוחד פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אינאיינעם מיט די חברי הבית דין צדק, וואו עס איז אנקוויקלט געווארן א שיינע שמועס בענייני השעה, און דערנאך האט דער גאנצער ציבור ארויסבאגלייט דעם פוסק הדור לרחובה של עיר בשירה וזמרה.
Comments