top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אם אתה משמח את שלי • פרייליכע חתונה אין וויזניצער הויף מיט המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן

מיטוואך פ' תצוה • י"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט נעכטן נאכט ביי די חתונה הגדולה אין קרית וויז'ניץ בני ברק, ווען טויזנטער וויזניצער חסידים האבן זיך אין א פרייליכע שטימונג מיטגעפרייט בשמחת רבם ומאורם מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ביי די חתונה פון א אייניקל, טראץ די אפוועזנהייט פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע זיצט די טעג שבעה נאך די פטירה פונעם שוועסטער הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה, זענען אלע חסידים זקנים עם נערים געקומען זיך משתתף זיין אין די שמחה, משמח צו זיין חתן וכלה - אויף די פרעזנדליכע בקשה פונעם רבי'ן שליט"א.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, בן לחתנו הגה"צ ר' נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאלי אנטווערפען, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א.


די מעמד הקבלת פנים איז פארגעקומען אין שפיץ פון הרבנים הגאונים הצדיקים קינדער פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א, חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, און הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ. די ראש בית אב מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א איז ערשינען צום מעמד החופה אנגעטוהן מיט שטריימל, מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות. די רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, די פעטער הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים רב ביהמ"ד ברך משה אין קרית יואל איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מכובד געווארן מיט קריאת הכתובה, די פעטער הגה"צ אב"ד סעמיהאלי מיט ברכות ראשונות און מיט ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א.


נאכן חופה האט די רבי שליט"א מאציל געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים אין מיט א קול געשטיקט פון טרערן, האט די רבי דערמאנט די שוועסטער די סקווירא רעבעצין, אין אירע גרויסע זכותים און אז זי זאל זיין א מליצה ישרה פאר די גאנצע משפחה, די רבי האט געבעטן פון די חסידים אז כאטש וואס ער וועט נישט פערזענדליך אנטייל נעמען ביי די חתונה זאלן די חסידים זיך משתתף זיין ווי געווענדליך.


פאר לענגערע שעה'ן האט זיך די ציבור געהויבן אין די הויכע ספערן, איינגעהילט מיט א שמחה עילאה, תחת דגלו פונעם משפיע מפורסם און מלהיב לבבות ישראל, הרה"צ רבי אלימלך בידרמאן שליט"א וועלכע האט אויף די פערזענדליכע בקשה פונעם וויזניצער רבי'ן מפאר געווען בראש השמחה און איז פאר א לענגערע שעה געשטאנען אויפן פלאטפארמע און געהויבן דעם ציבור חסידים און טויזענטער אידן, ווען דער משפיע ווארעמט אן דעם עולם מיט זיינע פייערדיגע דיבורים און בליציגע רעיונות.


אויך איז די פעטער הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויז'ניץ וועלכע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל לכבוד די שמחה איז בעת די ריקודין אראפ טאנצן אינעם צענטער פון בית מדרש און משמח געווען חתן וכלה.


ביים שמחת החתונה האבן באשיינט בראש המסובים, אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי די פעטער פון חתן כלה כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט''א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים, ברעזאן אין נאך.








































































bottom of page