top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' תזריע • ג' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


 

די העכסט געלונגענער אקציע דעם פארלאפענעם ערב שבת ווען דער קעכער פון דער סלאבאדקא ישיבה האט זיך פארשטעלט ווי דער ראש ישיבה הגאון רבי דוב לנדא שליט"א מיטן ציל צו פארטרייבן לינקע פראטעסטירער וועלכע האבן ארויסגעגעבן זייער כעס אויפן קעכער...


אינעם בילד: די קעכער ר' יוסף ראזענפעלד מיטן סלאבאדקא ראש ישיבה.


האדמו"ר מסאסוב מאנסי אויפן פליגער נאך א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע וואו די רבי האט זיך איבערגעדעקט אלס זהירות אין שמירת עינים.


הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר ווערט געזעהן ביים ציון הק' פונעם תפארת שלמה זי"ע אין ראדאמסק  אין טאג פונעם יארצייט די וואך.


א געניאלער איינפאל ווען עס איז פשוט נישט דא וואו צו הענגען א סיין ביי א מאורע (ביים אסיפת הרבנים פאריגע וואך בבית האכסניא פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א דורך קופת ועד הרבנים).


די גרויסע שמחה ביי חסידי סאדיגורה נאכן דערגרייכן 10 מיליאן שקל ביים גרויסן קאמפיין די וואך 'בונים עתיד' פארן מרכז העולמי דחסידי סאדיגורה.


העסקן הרב יצחק גאלדקאנפף האט קרישקעס באמערקט ביי א מסיבה די וואך אין ירושלים לטובת די קמחא דפסחא שע"י בית כ"ק האדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א.


מבואו ועד צאתו • די מעמד חנוכת הבנינים אין באבוב אין 30 סעקונדעס.


הנגידים ר' מרדכי קאהן אין ר' ברוך אברהם פערלמטער ווערן געזעהן אויף די פארענטשעס ביים הכנסת ספר תורה די וואך אין ק"ק סאטמאר מאנטריאל.


ביים באזוך פון האדמו"ר מוויזניץ אינעם נייעם בית מדרש הגדול והחדש דחסידי סקווירא אין שכון סקווירא, האט 'קרישקעס' באמערקט פון אונטער די קוליסן דעם געטרייע עסקן לכל קדשי בית סקווירא הר"ר שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו פון די עומדים בראש פון דעם היסטארישן פראיעקט.


דער בדחן ר' מאטי אילאוויטש ביים אויפרופן כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א צו מצוה טאנץ ביי די חתונה פאריגע וואך בבית סאדיגורה אין לעיקוואד.


אן ערשטמאליגע מעמד אפיית מצות איז די וואך פארגעקומען במעונו פון הגה"צ המקובל רבי דב קוק שליט"א אין עיה"ק טבריה, דורך מוסדות עטרת שלמה בראשות הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ספעציעל געאייגענט פאר די נגידי ותומכי המוסדות. א טאג פריער איז פארגעקומען די מעמד שאיבת מים שלנו ביים כינרת טייך אויפן ארט וואו עס איז לויט געוויסע מקורות געוועהן דער בארה של מרים.


באגעגעניש די וואך צווישן האדמו"ר מפינסק קארלין און המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א.


כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א ביים שענקען א מתנה פאר הנגיד רבי יואל מאנן מגדולי תומכי מוסדות ליזענסק, ביים שמחת השבע ברכות לבנו החתן די וואך אין מאנסי.


הרה"צ רבי שלום עוזר האגער בן האדמו"ר מסערט וויז'ניץ ראש כולל מתיבתא להוראה ביים איבערגעבן א טיפזיניגער שיעור פאר די אברכי הכולל אין ירושלים.


כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט''א ביים קביעות מזוזה צום נייעם געשעפט פון הרה''ח יוסף אלי בערגער הי"ו, מראשי קהילת קהל עדת גרינוויל, דזשערסי סיטי.


האד' מספינקא אויף א באזוך די וואך אין שטוב פון העסקן הרב ישראל מרדכי צישינסקי געוועזענער מנכ"ל מוסדות פני מנחם.


אין די רויאל קליידונג געשעפט אין בני ברק האט 'קרישקעס' אויפגעכאפט די דריי גרויסע פאטאגראפירער ביים איינקויפן א נייעם בגד לכבוד יו"ט פסח: ר' שוקי לרר, ר' משה גאלדשטיין, און אברמי אייזנבאך.


א שמועס דורך האחים האדמור"ים מקאסאן מיט הגה"צ גאב"ד וואודריטש שליט"א ביי א שמחה פאריגע וואך.


והבית בהבנותו • פארשריט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק.


הרה"ג רבי אליעזר וואלדמאן מנהל ומייסוד מכון 'דורשי יחודך' ביים שענקען די נייע ספר דורשי יחודך אויף יו"ט פסח פאר הגאון רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב.


האדמו"ר מבאניא ביים מיטהאלטן אויסטערלישע נפלאות הבורא פון די ליקוי חמה די וואך אין מאנהעטן.


האד' ממעליץ גייענדיג אין מקוה ערב שבת כאחד האדם אן קיין משמשים אדער גבאים.


כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א אין א טאנץ מיט הרבני הנגיד ר' ישראל ענגלענדער הי"ו ביים גראנדיעזן מעמד חנוכת הבנינים די וואך.


הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א ביי זיין באזוך די וואך אין בארא פארק אין שטוב פון העסקן הר"ר אברהם באנעט א זוהן פונעם בארימטן בעל מנגן הר"ר רובי באנעט הי"ו.


הגה"צ אב"ד סאנטוב לעיקוואד שליט"א באזוכט ביי האדמו"ר מטאהש נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש אין קרית טאהש.


ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביי ברכת אילנות.


מעשה פלא פון האדמו"ר מאלעסק בית שמש איבער די קשר עליון צווישן זיין זיידן הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און הרה"ק מליובאוויטש זצוק"ל, וואס די רבי האט דערציילט בעת זיין באזוך די וואך אינעם בית חב"ד אין שטאט ווארשא.


די תרומת הקודש פון האד' מפיטסבורג שליט"א צום סאדיגורא קאמפיין די וואך - לזכותו פון שאר בשרו האדמו"ר מסאדיגורא.


האדמו"ר משפיטיווקא הבריאה ביים מיטהאלטן אין די מרחקים די הפלא'דיגע טאטאלע ליקוי החמה.


bottom of page