מאסן חסידים מיטגעהאלטן שבת חנוכה בחצה"ק אמשינוב; גולת הכותרת ערשטמאליגע מעמד הדלקת נרות מוצש"ק אין ביהמ"ד
- בחצרות הקודש
- 29 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ויגש • כ"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
הונדערטער חסידים האבן דעם שבת געוויילט במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א אין ירושלים לרגל שבת חנוכה, וואס איז פון די איינציגע שבתים אין יאהר וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ א טיש אנגעהויבן פון קידוש. הארט פארן זמן הדלקת נרות ערב שבת איז געוועהן קריאת התורה בביתו נאווה קודש, און ביים שקיעה איז דער רבי אריינגעקומען צום הדלקת נר חנוכה, מחמת קוצר הזמן וכבוד השבת האט דער רבי מקצר געוועהן און געצינדן בזרירות.
שבת נאכמיטאג איז דער רבי אריבער צום דירה פון זקינו הרה''ק רבי מאיר מאמשינוב זי''ע אינעם בנין הביהמ"ד וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע שעה ביז קריאת התורה פארן זמן רבינו תם אין ביהמ"ד. נאכן ליינען האט מען געבענטשט דעם חודש, און תיכף דערנאך האט די רבי אנגעהויבן שלום עליכם און קידוש געמאכט זייענדיג נאך אנגעטוהן מיטן טלית, בקול חוצב להבות אש, ביים סעודה האט מען געזינגען די זמירות שבת, דער רבי האט געוונטשן לחיים לכל העם הנאספים, און געזאגט תורה. נאך קה ריבון האט דער רבי פארטיילט פירות פארן גאנצן ציבור, מען האט געבענטשט כחצות הלילה, און דער רבי האט ממשיך געוועהן די עבודת הקודש פון ברכת המזון בחדרו הפרטי.
מוצאי שבת אום 5:00 פארטאגס הארט פארן עלות השחר איז דער רבי אריינגעקומען צום הדלקת נר חנוכה ברוב עם הדרת מלך אין אמישנובער ביהמ"ד אין בית וגן אנדערש כמנהגו ביז היינט, ווען דער רבי האט געצינדען די נרות בביתו נאוה קודש, כדי צו געבן די געלעגנהייט פאר אלע חסידים מיטצוהאלטן די הייליגע עבודה. דער רבי האט געצינדן די נירות ביים פתח הבית צום דירה פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זצוק"ל וואס געפינט זיך אינעם בנין, און לויטן רבינ'ס פסק איז דאס פאררעכנט אלס א דירת קבע. דאס ביהמ"ד איז געוועהן אהערגעשטעלט אויף א ספעציעלן אויסשטעל צו קענען אקאמאדירן וואס מער חסידים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן פון פאראויס צו קענען מיטהאלטן די אויסטערלישע געהויבענע עבודה ביים ליכט צינדן פונעם רבי'ן שליט"א.





תגובות