top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא בחצר הקודש באבוב בשילוב מיט שמחת הברית לנכד האד' מבאבוב

דינסטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


דעם דאנערשטאג תענית אסתר מוקדם איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב שלמה האלבערשטאם שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, וואו די זיידע די באבובער רב שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין קריאת השם, די זיידע הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א האט געדינט אלס מוהל, ויקרא שמו בישראל מנחם מענדל נאכן עלטער זיידע הגאון החסיד ר' מענדל בראכפעלד מגדולי תלמידי הרה"ק בעל 'קדושת ציון' מבאבוב זיע"א ומפארי חסידי באבוב.


תיכף נאכן ברית איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ארויסגע פארן קיין ניו דזשערזי צו פוקד זיין דעם ציון הק' פון אחיו הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן ליל שישי אור לי"ב אדר.


די רב שליט"א האט פארגעזאגט ספר רביעי בתהילים און געזאגט קדיש דערנאך האט הגה"ח ר' יודל לעזער פארגעלערנט משניות כנהוג. אויפן וועג  ארויס איז די רב שליט"א צוגעגאנגען צום קבר פון זיין שווער הרה"ח ר' משה וואקסמאן ז"ל און דערנאך צום קבר פון די באבע הרבנית מבאבוב ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל 'קדושת ציון' מבאבוב זי"ע שטייענדיג און די טעג ארום די פופציגסטער יארצייט.


שפעטער באנאכט איז די רב שליט"א אריינגעקומען צום סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיטן סעודת ברית פונעם איר אייניקל, די רב האט מכבד געווען מחותנו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א אויפצוטרעטן לכבוד די ברית פונעם אייניקל און לכבוד די הילולא פון זיין גרויסן פעטער הרה"ק מבאבוב זי"ע, די סאטמארבארא פארקער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד די ברית און דערמאנט שיינע זכרונות אין שטריכן פונעם פעטער פון זיינע מדות ומעלות טובות און ווי ער איז צוגעשטאנען צו די חשובע משפחה און וואו טויזנטער אידן האבן נהנה געוועהו בעצה ותושיה פון דעם גרויסן צדיק, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה והכנה לימי הפורים און דערמאנט די ווי די ברידער די בעל ההילולא האט שטענדיג מחזק געווען יעדער איד ובפרט מרי הנפש אין אלע סארט מצבים, און מסיים געווען אז די נשמה זאל האבן א עליה און זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.








































bottom of page