top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת לחיים במעונו פון ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא לכבוד השמחה במעונו פון הרב שמואל גרינבערג מעיאר פון בית שמש

  • לפני 5 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

היינט פארמיטאג האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אפגעראכטן א ספעציעלע מסיבת לחיים במעון תורתו אין בני ברק לכבוד די חתונה פון די חתן א זון פונעם עסקן און כלל טוהער הרב שמואל גרינבערג מעיאר פון שטאט בית שמש.


דער קשר צווישן דער ראש הישיבה און דער מעיאר גייט שוין צוריק עטליכע יאר, זינט דער ראש הישיבה שליט״א האט אינדארסירט הרב גרינבערג ביי די לאקאלע וואלן פאר שטאטראט, זינט דאן איז דער מעיאר אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיטן גאון, דורכצושמועסן אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן למען צביון העיר און אצינד כשהשמחה במעונו שטייענדיג ביים לעצטן טאג פון די שבע ברכות נאכן חתונה מאכן א קינד האט דער ראש הישיבה אפגעראכטן א מסיבת לחיים, אלס הכרת הטוב פאר זיינע פעולות לטובת הכלל.


דער ראש הישיבה שליט"א האט געטרינקען לחיים און אנגעהויבן א ניגון שמחה, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן די חתן, מחותנים, זיידעס און די אנוועזנדע עסקנים פון די שטאטראט אין בית שמש.



bottom of page