top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • הערליכע שבת געפראוועט בחצר הקודש סקולען בשבת אחים גם יחד

מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער תושבי בארא פארק און פילע אורחים נכבדים פון אומעטום האבן דער וואך שבת מיטגעלעבט א הערליכער ווארימער סקולענער שבת ווי די צוויי ברידער כ''ק האד' מסקולען שליט''א אין כ''ק האד' מסקולען מאנסי שליט''א האבן אינאיינעם אפגעראכטן די תפילות ועריכת השלוחנות מיטן סקולענע חן און נעימות מיט א זעלטענעם ברידערליכן אחדות.


צו קבלת שבת האט די רבי מכבד געווען די ברודער די רבי פון מאנסי צו דאווענען פארן עמוד, ווי די רבי האט אראפגעלייגט די עבודת הקודש ווי זיין שטייגער מיט אלע תנועות. צום עריכת השולחן זענען די האדמורי"ם שליט"א אריינגעקומען בשעה 12:30, דאס ביהמ''ד איז געוועהן ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם נעמענדיג אין באטראכט דער ערווארטעטע פלייץ פון חסידים אין געסט, די זמירות און שלום עליכם האבן די רבי'ס געזאגט אינאיינעם, צוערשט האט די סקולענער רבי געמאכט קידוש און דערנאך מכבד געווען די רבי פון מאנסי, די רבי'ס האבן זיך אויפגעהויבן דעם כוס איינער דעם אנדערן. מיט די זמירות האט די סקולענער רבי מכבד געווען די קינדער פונעם רבי'ן פון מאנסי פארצוזינגען, דער סקולענער רבי האט געוואונטשן לחיים אין דאן אנגעהויבען כל מקדש אינאיינעם מיטן ברודער די רבי פון מאנסי, נאך די מאכלים האט מען אויסגעמישט די שיריים פון ביידע רבי'ס אין פארטיילט פאר די חסידים, אין די סקולענער רבי האט מכבד געווען די ברודער די רבי פון מאנסי מיטן בענטשן.


שבת צופרי איז מען אריין געקומען צום דאווענען אום 10:00, די סקולענער רבי פון מאנסי האט עולה געוועהן שלישי און די סקולענער רבי האט עולה געוועהן שישי, צו מוסף איז צוצגעגאנגען די רבי שליט"א פון מאנסי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען אין בית המדרש די קידושא רבא דורך די אדמור"ים שליט''א, ווי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט געזאגט תורה.


די סעודת עתיקא קדישא איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די חשובע בני המשפחה די געסט און ווי אויך די בחורים און אינגעלייט וואס זענען געקומען צו פארן פון אויסער די שטאט, ביים סעודה האבן די ברודער האדמור"ים שיין פארברענגט אין אויפגעברענגט זכרונות פון אמאל.


ביי שלש סעודות האט די רבי משמיע געוועהן קורצע דברות קודש און דערנאך מכבד געוועהן די ברודער די רבי פון מאנסי צו זאגן תורה. נאך מעריב האט דער רבי פון מאנסי געמאכט הבדלה און דערנאך האבן ביידע אדמורי"ם געוואונטשן דעם עולם א גוטע וואך. עס איז שוין געוועהן שפעט באנאכט ווען די רבי פון מאנסי האט זיך געזעגענט מיט אחיו הגדול דער סקולענער רבי שליט"א און אהיימגעפארן קיין מאנסי וואו די רבי האט געפראוועט די סעודת מלוה מלכה בבית מדרשו ווי יעדער וואך.


דער שבת וועט בלייבן אריינגעקריצט אין אין זכרון פאר אלע משתתפים, סיי דאס התרוממות הנפש אין די גרויס התעוררות ביי די לעכטיגע טישן דער נעימות דקדושה אין התלהבות של שמחה וואס מען האט דעם שבת בייגעוואוינט וועט קיינאל נישט פארגעסן ווערן.








2 Kommentare


Gast
21. Mai

די רבי פון מאנסי האט געבעטן אז ער וויל זייער שטארק פארן צין ב''פ ברידער

נאך וואס די ב''פ רבי האט זיך נישט גיט געשפירט פאר פסח

Gefällt mir

Gast
21. Mai

איז געטטען א ספיציעלע סיבה פאר אדמו"ר מאנסי צו זיין דא אויף שבת?

Gefällt mir
bottom of page