גרויס התעוררות ביים יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע בראשות בני וחתני מרן האד' מוויזניץ שליט"א
- Bechatzros admin
- 23 במרץ
- זמן קריאה 4 דקות
פרייטאג פ' ויקהל • כ''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט גרויס התעוררות ודביקות עילאה האבן חסידי וויזניץ אין בני ברק אפגעראכטן די דרייצענטע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע דעם דאנערשטאג פרשת ויקהל כ' לחודש אדר, די יום ההילולא איז אפגעראכטן געווארן באותו מקום קדוש אין דעם הייליגן הויף ווי דער ישועות משה זי"ע האט אזויפיל יארן מעריך געווען עבודתו בקודש און האט באלאכטן כלל ישראל מזיו אורו והדרתו.
ליידער האט מען היי יאר נישט זוכה געווען צו פראווענען די יומא דהילולא בצל בנו הגדול מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א געפונט זיך אין לאס אנדזשעלעס אויף צרכי רפואה, אבער דאך האבן זיך חסידי וויזניץ צוזאמגענומען אינעם יומא דהילולא מעלה צו זיין זכרונו הבהיר אין שפיץ פונעם רבינ'ס קינדער הרבנים שליט"א, און גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א חדב"ן בעל ההילולא זי"ע. אזוי אויך האט מען אט אין דעם גרויסן טאג אויסגענוצט דעם שעת רחמים מתפלל צו זיין בזכותו פונעם בעל הילולא זי"ע להיפקד בדבר ישועה ורחמים מיט ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל, ובפרט פארן מנהיג עדת ישורון דער רבי שליט"א, מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה.
מיטוואך אויפדערנאכט בכניסת ליל ההילולא איז פארגעקומען א 'מסיבת מרעים' בבית המדרש הגדול וויזניץ בני ברק, ווי עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע משפיעים במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע.
דאנערשטאג אינדערפרי ביומא דהילולא קדישא האבן זיך אלע בחורי הישיבות ואברכי הכולל צוזאמגענומען בהיכל בית המדרש הגדול צו תפילת שחרית בראשות דעם רבינ'ס זוהן הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ, וואס וויילט אין די טעג אין בני ברק בשליחות מר אביו הגדול די רבי שליט"א. צום עמוד איז צוגעגאנגען דעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א חדב"ן בעל ההילולא זי"ע, וועלכער האט פארגעדאווענט אלע תפילות און געזאגט די קדישים בשליחות גיסו הגדול דער רבי שליט"א.
נאך תפלת שחרית איז פארגעקומען א ברייטע 'מסיבת לחיים' ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגטרעטן מיט דברי זיכרון. דערנאך זענען אלע בחורי הישיבות ואברכי הכולל ארויף צום ציון הקדוש אין שפיץ פונעם רבינ'ס זוהן הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א, ווי אינאיינעם האט מען מתפלל געווען להיפקד בדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט, ובפרטיות פאר רבם ומאורם מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה. אזוי אויך האט דער רב שליט"א פארגעליינט – בהוראות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א - די 'כוללת קוויטל' פון אלע נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט 'ק"ס שקלים' לטובת די וויזניצער מוסדות.
במשך דעם טאג איז פארגעקומען דורך די תלמידי הישיבות א ספעציעלע 'סדר הלימוד' מיט 'שעות רצופות', ווי א חשוב'ע נדיב האט זיך געלאזט קאסטן ממטיב כספו א ברייטהארציגע 'מתן שכרו בצדו' פאר אלע חשוב'ע לומדים, לזכות ולרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א.
אין די נאכמיטאג שטונדן איז פארגעקומען די צענטראלע 'סעודת הילולא רבתי' בהיכל בית המדרש הגדול, אין שפיץ פונעם רבינ'ס זוהן הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א און זיינע ברודער'ס הרבנים הגאונים שליט"א, ווי אויך דעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א. אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען דעם רבינ'ס איידעמער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א און הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א.
במשך דעם סעודת הילולא האבן זיך משתתף געווען פילע רבנים ואנשים חשובים, ווי צווישן זיי הגה"צ ר' דוד משה ראזענבוים שליט"א אב"ד קרעטשניף בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און הגה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
ביים סעודת הילולא האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס זוהן הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א, און ער האט מעלה געווען זכרונו הבהיר פונעם גרויסן זיידן דער בעל ההילולא זי"ע, און דערביי מזכיר געווען מר אביו הגדול מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א צו א רפואה שלימה בזכותו פונעם בעל ההילולא, צו וועם דער רבי איז אזוי צוגעבינדן בכל עת ועונה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה הגה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, וועלכע האט א לענגערע צייט דערציילט הערליכע סיפורים ועובדות וואס ער האט געהערט פון אביו כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע נאך זייענדיג אלס רב בחיי אביו הרה"ק האמרי חיים מוויזניץ זי"ע, און בכלל ענינים שונים וואס ער האט געהערט פונעם טאט'ן וואס ער האט געדענקט און מקבל געווען מבית וויזניץ.
דערנאך האט דעם רבינ'ס זוהן הרה"צ ר' יצחק ישעי' האגער שליט"א פארגעזינגען די וויזניצע ניגון 'יזכור אהבתם' מיט גרויס התעוררות, און מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א חדב"ן בעל ההילולא זי"ע.
עס איז זיכער אז אין דעם גרויסן טאג וואס אזויפיל אידן האבן זיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש, און מען האט מתפלל געווען להיפקד בדבר ישועה ורחמים בזכותו פונעם בעל ההילולא זי"ע, וועט דאס זיכער מעורר רחמים ביים כסא הכבוד אז אידישע קינדער זאלן געהאלפן ווערן מיט רפואות ישועות ונחמות. אין זכות פונעם רעיא מהימנא וואס האט ביי זיין לעבן געטראגן אויף זיין הייליגן מוח אלע זייערע דאגות בקשות און צרות בכלל ובפרט בכל עת צרה ובכל עת רצון, און משפיע געווען ישועות ורפואות פאר אידישע קינדער, זאל ער ווייטער משפיע זיין למען הכלל והפרט ובפרטיות פאר בנו הגדול מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא צו קענען ווייטער פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות עד ביאת הגואל.














































תגובות