מוסדות באבוב אין לינדען געשלאסן מולטי-מיליאן דאלארדיגן מקח אויף גיגאנטישן קאמפלעקס פאר בניני המוסדות
- Bechatzros admin
- 8 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 9 ביוני
זונטאג פ' בהעלתך • י''ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

אן עקסטאזליכע שטימונג פון "הרחיבי מקום אהלך" נעמט ארום חסידי באבוב מיט די פריידיגע נייעס איבער א פרישע מולטי מיליאן דאללערדיגע פראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה וואס איז אונטערגענומען געווארן דורך הנהלת קהל דברי שלמה באבוב אין די בליענדע יישוב אין לינדען - ניו דזשערזי וועלכער האבן ברוב סייעתא דשמיא און בברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געקלאוזט אויף א גיגאנטישן בנין גדול אדיר ומפואר אין שטאט וואס וועט דינען אלס בנין המוסדות דחסידי באבוב אין שטאט.
די באבובער קהילה אין שטאט לינדען וואס ציילט היינט קרוב צו צוויי הונדערט משפחות מסלתה ומשמנה פון די קהלה, האט נישט לאנג צוריק געגרינדעט מוסדות פאר די בני ובנות ציון וואס האבן באלד קונה שם געוועהן אלס אויסגערופונע מוסדות לשם ולתפארת. נאכדעם וואס דער וואוקס פון תלמידים ותלמידות האט פארגעזעצט מיט אומגעהויערע אימפעט בליעה"ר, האט זיך ארויסגעשטעלט דער דרינגענדער געברויך פאר א פאסיגן אכסניא של תורה, די געטרייע הנהלת המוסדות איז געשטאנען אויפ'ן פראנט פון באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס אהערצושטעלן א נייע אכסניא של חינוך הבנים והבנות, ביז עס איז ענדליך געלונגען מיט גרויס סיעתא דשמיא, צו שליסן דעם אסטראנאמישן מולטי-מיליאן דאלארדיגן מקח אויף א מאסיוון קאמפלעקס פון דריי בנינים אדירים און גרויסע שטחים ארום צו אקאמאדירן די הונדערטער תלמידי המוסדות. דער בנין וועט אי"ה ארייגיין אין דינסט באלד אויפן קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ו הבעל"ט.
דעם דאנערשטאג נאכט זענען די עסקני און וועד הקהלה אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מקבל זיין דעם ברכת הקודש, און אפגעבן א יישר כח פארן רב שליט"א וואס האט געשאפט די ערשטע מיליאנען דאללארן צו קענען דורכפירן די מקח.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!



Komentarze