top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינער באזוך פון האד' מראחמיסטריווקא אין ישוב החדש "קרית סקווירא" אין בעטהעל

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

די תושבים אינעם נייעם ישוב "קרית סקווירא" אין בעטעל האבן בכבוד גדול מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט אפגעשטאט א באזוך אין די קרי' אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון די ראשי הקהילה, און איבערגעלאזט מברכותיו הנעלות פאר די תושבי הקרי'.


דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א, וואס וויילט אין די איצטיגע זומער-טעג אויף די קעטסקיל בערג, איז דעם ליל שישי דברים צוגעפארן צום נייעם ישוב "קרית סקווירא" אין בעטעל, וואו דער רבי שליט"א איז אויפגענומען געווארן דורך ראשי הקרי' ותושבי המקום, און א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א זיך אומגעקוקט אויפ'ן נייעם ישוב, ובפרט די נייע בנינים, דער בית המדרש, מקוה און נייעם בנין התלמוד תורה, וואס מ'האט אויפגעבויט אין די לעצטע וואכן פאר די תלמידים, קינדער פון די תושבי הקרי'.


לכבוד דעם באזוך איז ספעציעל געעפנט געווארן דער חדר הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואו דער רבי האט זיך געוואשן די הענט צו מעריב און דערנאך אריינגעקומען אין ביהמ"ד און געדאוונט מעריב פארן עמוד, שטייענדיג נאך אינעם שנת האבל פון אמו הרבנית ע''ה. נאך מעריב איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת קבלת פנים לכבודו וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ארומרענדיג איבער דעם והיה ראשיתך מצער, און דערמאנט פון זיינע זכרונות פון די בראשית יארן פונעם סקווירא שטעטל וואס זקינו הרה''ק מסקווירא זי''ע האט אויפגעבויעט בדם לבבו און מיט אומגעהויערע מסירות נפש.


דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון דעם שיינעם בליה און וואוקס פון די קרי', און האט פארשפראכן איבערצוגעבן א פערזענליכן גרוס פאר'ן מייסד הקרי', כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ביי א נאנטער געלעגנהייט. צום שלוס זענען אלע תושבי הקרי' דורך שלום נעמען און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בכבודו הראוי.



bottom of page