top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ באזוכט אין אילת אין סאמע ברען פון צוגרייטונגען צום היסטארישן ‘שבתא דריגלא’ לכבוד י״ב שבט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני 13 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

פארלאפענעם וואך מאנטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ארויסגעפארן צום שטאט אילת וואס געפונט זיך אין דרום ארץ ישראל, א נסיעה פון עטליכע שעה צו פארן פון בני ברק, זיך גרייטנדיג דארט אפצורעכטן א היסטארישן שבת התכנסות פאר עדת חסידי וויזניץ דעם קונענדיגן י"ב שבט הבעל"ט.


דער טאג י"ב שבט - ראש השנה לחסידות איז איינגעפירט געווארן דורכן רבי'ן אלס א יומא דפגרא ווען עס ווערט יערליך געפראוועט אויף א געהויבענעם פארנעם דורך חסידי וויזניץ וואס זענען זיך מחזק און משנן במשנתו הטהורה פונעם רבי'ן דער ישועת משה זצוק"ל און בנו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. היי יאר ווען י"ב שבט געפאלט אויס פרייטאג ערב שבת בשלח שירה, איז באשטימט געווארן א שבתא דריגלא פאר כל קהל קדישא, וואס וועט פאראייניגן וויזניצער חסידים אנשים נשים וטף, אויף א היסטארישן שבת אין די גיגאנטישער "עקספאו" פעסטונג אין דער שטאט אילת.


אצינד בעת די פיבערהאפטיגע הכנות רוישן אויף אלע פראנטן מסדר צו זיין די פילצאליגע טעכנישע און לאגיסטישע צוגרייטונגען צום שבת, איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ספעציעל ארויסגעפארן די לאנגע נסיעה קיין אילת זיך אומצוקוקן פונדערנאנט אויפן ארט, און איבערגיין אלע פלענער פון די דריי טאגיגע נסיעה וואס אנטשפרעכט צו זיין יו"ט'דיגע טעג ווען די גאנצע קהלה קדישא הדין וועלן מיטלעבן די געהויבענע קייט פון מעמדים נשגבים אנגעהויבן פון דאנערשטאג בשלח אינדערפרי.


די רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין אילת מאנטאג נאכמיטאג וואו עס האבן אפגעווארט די עסקנים פון די קהילה, וועלכער זענען איבערגאנגען מיטן די פלענער פונעם גאנצן שבת, מבואו ועד צאתו. דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די האטעלן אין שטאט וואס זענען ספעציעל אויסגעדינגען געווארן לצורך דעם שבת, צו פארזיכערן אז אלעס איז צוגעשטעלט אויפן בעסטן און שענסטן און ספעציעל אז די ערטער זענען גענצליך אויסגעהאלטן ברחוניות מיט די פולסטע גדרי הצניעות. ווי אויך האט די רבי באזוכט אינעם עקספאו פעסטונג וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן די תפילות, טישן און סעודת שבת ברוב עם הדרת מלך.


אין לויף פונעם מעת לעת וואס די רבי האט געוויילט אין שטאט, איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן, דער מעיאר פון שטאט מיט וועם די רבי האט פארפירט א פריינטליכער שמועס, און זיך באדאנקט פארן שטיין צו די האנט מיט אלעס וואס האט אויסגעפעלט מטעם די שטאטראט אין אילת. אויך איז די רבי שליט"א ארויף אויף א באזוך אין שטוב פונעם חב"ד שליח אין אילת הרב יוסף העכט, וועלכער האט גאר ווארעם אויפגענומען דעם רבי'ן און עס איז דערביי פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס איבער אידישקייט אין אילת און די פעולות לטובה דורך די ארטיגע שליחי חב"ד אין די פעלד פון קירוב רחוקים מרבה זיין קדושה וטהרה אין שטאט.


שפעט ביינאכט איז די רבי שליט"א ארויס אויף א שפאציר ביים וואסער אויפן ברעג פונעם ים סוף וואו עס איז געפלאנט איינע פון די מעמדי הוד אין לויף פונעם שבתא דריגלא.


ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page