top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ לאנדאן אנגעקומען צוגאסט קיין מאנטשעסטער

דאנערשטאג פ' במדבר - כ"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א האט נעכטן מיטוואך פארלאזט רימינוב פולין ווי די רבי האט געוויילט די לעצטע דריי וואכן אויף אפרוה, אויפן וועג קיין מאנטשעסטער ענגלאנד ווי די רבי שליט''א וועט פראווען דעם קומענדיגן שבת פ' במדבר בקרב עדת תושבי העיר וועלכע קוקן יעדעס יאהר ארויס בכליון עניים אויף דעם רבינס באזוך אין שטאט.


די רבי שליט''א וועט האבן די אכסניא אין מאנטשעסטער אין שטוב פון הנגיד ר' חיים ווייס, היינט ליל שישי וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבין אין די וויזניצער ביהמ''ד אין שטאט.


אזוי אויך שבת וועט די רבי דאווענען די תפילות אין וויזניצער ביהמ''ד, דער טיש פרייטיג צונאכטס וועט די רבי אפרעכטן אין די זאלן פון בית רחל אין שלש סעודות אינעם בארמיטן בית וועד לחכמים בית מדרשו פון ידידו כ''ק האדמו''ר מהארדענקא שליט''א.


די רבי וועט זיך אויפהאלטן אין שטאט ביז דעם קומענדיגן וואך מאנטיג אין דורכאויס די ימי הביקור באזוכן אין די מוסדות התורה והחינוך אין אויך אויפנעמען דעם ציבור תושבי העיר לברך ולהתברך.











bottom of page