התאספות רבתי אין ברסלובער קלויז אין ירושלים לכבוד הילולת הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע
- Bechatzros admin
- לפני 9 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן
דעם מאנטאג אויפדערנאכט ליל עשרה בטבת האט דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב באשיינט דער יערליכער התאספות רבתי לכבוד די הילולא קדישא פון הרה''ק רבי נתן מברסלב זי"ע פארגעקומען אינעם אלטן ברסלובער שול אין מאה שערים דער רב שליט''א האט זיך משתתף געווען א משך זמן און משמיע געווען דברות קודש במשנתו הטהורה של בעל ההילולא, דערנאך האט ער זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה און באזונדער געטאנצן מיט ידידו ורעו הגה''צ רבי משה קרעמער שליט''א מרבני ברסלב.











