top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע הכנסת ספר תורה לזכותו פון האד' מבעלזא באשטימט אויף ערב יו"ט שבועות הבעל"ט זמן מתן תורתינו

  • Bechatzros admin
  • 6 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט איז באשטעטיגט געווארן דער ענדגילטיגער דאטום פונעם היסטארישער מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך בעלזער חסידים בכל מקומות שהם, כל קהלא קדישא  לזכותו פונעם רעיא מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אויף דעם קומעדיגן ערב יו"ט שבועות זמן מתן תורתינו.


דער מעמד הכנסת ספר תורה, איז א געהויבענע געשעעניש אויף וואס בעלזא חסידים קוקן לאנג ארויס, לויט די ארגינעלע פלאן האט די מעמד געזאלט פארקומען אין די טעג ארום ט' שבט העעל"ט, אבער צוליב טעכנישע סיבות איז נישט געוועהן מעגליך אפצורעכטן די מעמד דעמאלט, און אצינד איז אנגעקומען די ידיעה אז מען האט בהורמניתא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באשטימט א פרישן דאטום פארן חגיגת הכנסת ספר תורה אין געציילטע חדשים ארום, האבנדיג ענדליך די געלעגנהייט זיך משמח צו זיין בשמחת התורה, ביים גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומענדיגן ערב חג השבועות זמן מתן תורתינו תשפ"ה במקהלות רבבות ישראל, אלופי אלפי החסידים פון איבער דער גארער וועלט, וואס גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם היסטארישן מעמד.


אצינד אז ס'איז שוין באשטימט דער זמן פונעם גרויסן מעמד, האבן די עסקנים זיך אריינגעווארפן מיט א פרישן פלייס און ברען אויסצוארבעטן אלע פרטים פון דעם היסטארישן מעמד וואס ווערן איצט באשטימט און וועט אי"ה געמאלדן ווערן אין די נאנטע תקופה.

Comments


bottom of page