top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד פתיחת הזמן בשילוב קביעת מזוזות אין ישיבת 'תורת ישראל' קרעטשניף - קרית גת

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

לרגל דעם התחלה פונעם נייעם זמן איז פארגעקומען אין היכל ישיבת ״תורת ישראל״ קרעטשניף קרית גת, א געהויבענעם מעמד פתיחת הזמן, בראשות דער נשיא הישיבה כ״ק אדמו״ר מקרעטשניף קרית גת שליט״א, וועלכער האט איבערגעגעבן דברי הדרכה וחיזוק פאר די תלמידי הישיבה לרגל התחלת הזמן.


ביים אנקומען צום מתחם הישיבה איז דער רבי שליט״א, אינאיינעם מיט די הנהלת און צוות הישיבה, דורכגעגאנגען דעם נייעם פליגל וואס איז צוגעבויעט געווארן צום דארמיטארי פון דער ישיבה, צוליב דעם גרויסן ענגשאפא און דעם ריבוי התלמידים אויף דעם קומענדיגן זמן, בלי עין הרע.


דער רבי שליט״א האט דערנאך קובע געווען די מזוזה ביים אריינגאנג פונעם נייעם פליגל, און האט אויך מכבד געווען יו״ר הנהלת הישיבה הרה״ח רבי יונה באש שליט״א אייגענטומער פון די בארימטער קוממיות מצה בעקעריי צו קובע זיין נאך א מזוזה.


נאכדעם איז פארגעקומען א מעמד לחיים אין היכל הישיבה, וואו דער רבי שליט״א האט משמיע געווען דברות קודש און דברי הדרכה פאר די תלמידים, ארויסברענגענדיג די וויכטיגקייט פון א גוטן התחלה ווען מ'פאנגט אן דעם זמן און די גרויסע זכי׳ פון זיצן און לערנען בהתמדה באוהלו של תורה.


צום שלוס זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען ביים רבי׳ן שליט״א, זיך צו וואונטשן צום נייעם יאר, און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די בחורי חמד איבער זייערע הצלחה אין די לימודים.



תגובות


bottom of page