top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע אסיפה אין מושב אורה: חסידי וויזניץ מאבליזירט לטובת "הצלת קרן עולם התורה" דחסידי וויזניץ

  • Bechatzros admin
  • 6 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 6 באוג׳

מיטוואך פ' ואתחנן • י''ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

פילע הונדערטער וויזניצער חסידים זענען זיך דעם ליל שישי צוזאמגענומען ביים אסיפה דחופה - די ערשטע אין די רייע - פארופן דורך מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א נאכפאלגנדיג די גרינדונג פונעם "הצלת קרן עולם התורה" דחסידי וויזניץ, אין ליכט פונעם שווערן מצב אויפ'ן עולם התורה בארה"ק, ווען די חסידים בעלי יכולת זענען זיך צוזאמגעקומען לפונדק אחד, לשמוע את דבר השם ברמה, הערן דעם חובת השעה און די חוב קדוש וואס ליגט אויף יעדן חסיד, על פי קריאת הקודש פונעם געטרייען מנהיג דער רבי שליט"א, און אינאיינעם אוועקשטעלן א קראנטן בסיס פאר'ן נייעם קרן.


די מעמד איז פארגעקומען אין א פראכטפולע זאל אין מושב אורה וואו דער וויזניצער רבי האלט זיך אויף די תקופה לצורכי רפואה, וואס איז געווען צוגערישט אויף א רייכע פארנעם, הונדערטער זיצן אויסגעשורה'ט פאר די חסידים פון אלע שטעט מדן ועד באר שבע, ווען דער רבי שליט"א באשיינט בראש האסיפה כשהמלך במסיבו, מיטן איינציגן מטרה צו פינאנצירן די ישיבות און כוללים און זיי ראטעווען פון פינאנציעלע צוזאמענבראך.


אלס יושב ראש האט געדינט דער בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן, וועלכער האט מיט זיין געבענטשטע שפראך אנגעפירט דעם מעמד בטוב טעם.


נאכן פתיחת המעמד האט מען געהערט א דרשה פונעם דיין הקהילה הגאון ר' ישראל מיללער שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה וואס איז אצינד געפאלן בגורלם פון די בעלי בתים צו זיין פון די מחזיקי התורה, און דער שווערע מצב אין וואס די חשובע כולל יונגעלייט לעבן לערנענדיג תורה מתוך הדחק.


דאן האט גענומען דאס ווארט דער גאסט רעדנער הגה"צ רבי בנימין פינקל שליט"א משגיח ישיבת מיר, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט מיט טרעפליכע רעיונות און דברי חיזוק פאר די משתתפי האסיפה זיך אנשטרענגען און צושטיין לימין הקודש אין די יעצטיגע שווערע מצבים.


דער יושב ראש ר' ישראל שטערן האט פראקלימירט די ציהל פונעם יעצטיגן קאמפיין, אז יעדער חסיד וועט שאפן לכל הפחות וואס עס קאסט אויסצוהאלטן א כולל יונגערמאן, און ערפילן דעם חלל וואס איז אוועקגעריסן געווארן פון די לומדי התורה. גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז די אלע וועלכע וועלן טאקע אריינברענגען דעם אויבנדערמאנטן סכום, וועלן האבן די זכיה אריבערצוגיין מיט קוויטלעך און זיך מזכיר זיין ביים רבי'ן שליט"א לכל מילי דמיטב.



דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום שלוס און הויכפונקט פונעם מעמד, ווען די הונדערטער חסידים שלענגלען זיך איבערצוגעבן די קוויטלעך לידיו הקדושות פונעם רבי'ן, וועלכער האט יעדן ווארעם געוואונטשן במאור פנים.

די אסיפה איז געקרוינט געווארן מיט א הצלחה למעלה מן המשוער ווען עס איז געדעקט געווארן אריבער 550 יונגעלייט אינערהאלב דעם "אברך לשנה" בליץ קאמפיין, אויסצוהאלטן די לומדי התורה צו קענען ווייטער זיצן באהלה של תורה מיט הרחבת הדעת.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page