עהרנפולע אויפנאמע אין לשכת הבד"ץ העדה החרדית לכבודו פון הנגיד ר' מענדל שווימער הי"ו ראה"ק סאטמאר קרית יואל
- Bechatzros admin
- 8 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 9 ביוני
זונטאג פ' בהעלתך • י''ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

אן ערהאבענע מעמד קבלת פנים איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם וואך אינעם לשכת הבית דין צדק העדה החרדית לכבודם פון משפחת שווימער הנכבדה הלא המה הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער הי"ו ראש הקהל דקהל יטב לב ד'סאטמאר, זיין זון הרבני הנגיד ר' יחזקאל שווימער הי"ו, און זיין אייניקל הרבני הנגיד ר' יעקב שווימער הי"ו, וועלכע האבן באותו מעמד בייגעשטייערט א סכום עצום פון א האלב מיליאן דאללער לטובת דער מפעל הכביר 'קרן הצלה' פאר די מוסדות התורה והחינוך על טהרת הקודש אין ארץ ישראל.
די אויפנאמע איז פארגעקומען אין די עדה החרדית הויפטקווארטירן אין בניני זופניק בעיר הקודש ירושלים, ווי עס האבן זיך צונויפגענימען די חשובע עסקני קרן הצלה אין שפיץ פון די שרי התורה חברי בי דינא רבא אפצוגעבן די פאסיגע הערכה פאר די חשובע נדיבי עם.
אנהייב פונעם מעמד האט ספרא דדיינא הרב יצחק שלמה בלויא הי"ו באגריסט די חשובע געסט, די נגידים מפורסמים אנשי שם וואס געבן זיך אוועק בכל עת ועידן פאר די מוסדות הקדושים על טהרת הקודש, און איבערהויפט פאר די הייליגע מפעל פון קרן הצלה וואס איז די רוקן ביין פון די ערליכע מוסדות התורה והחינוך אין ארץ ישראל.
דערנאך האבן אלע חברי הבית דין צדק יעדער באזונדער אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה, און עס איז געהערט געווארן א דרשה דורך הנגיד רבי מענדל שווימער הי"ו וועלכע האט אין זיינע רירנדע ווערטער אויפגעברענגט נאסטאלגישע זכרונות פונעם הייליגן מעמד "התייסדות קרן הצלה" בשנת תשל"ח, וואו הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט בערוב ימיו מייסד געווען די הייליגע מפעל און האט אויפגעפאדערט די חסידים צו שטיין צו די רעכטע האנט פון די מנהלי המוסדות בעלי מסירות נפש וואס רייסן זיך אוועק צו קענען דעקן דעם בודזשעט אן צו דארפן נהנה צו זיין משולחן איזבל און מחזק זיין דעם ברכיים אשר לא כרעו לבעל.
דערביי האט הנגיד רבי מענדל איבערגעגעבן דעם טשעק מיט די אומגלויבליכע סכום פון א האלבע מיליאן דאללער וואס וועט פארטיילט ווערן אין די קומעדיגע זוממער חלוקה דורכ'ן הייליגן מפעל פאר צענדליגע מוסדות הקדושים על טהרת הקודש.











א בושה און א שאנדע!!
נעצו חרב בריש גלותא גאבד העדה החרדית הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א