top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכער באזוך דורך האד' מסאטמאר אין "מחנה בית רחל"; מעמד "חנוכת הבית" פון נייעם ביהמ"ד אין קאנטרי נעבן קעמפ

  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם זונטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידות הבית רחל דורכאויס די זומער וואכן, די באזוך אין קעמפ האט ווי שטענדיג איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף די תלמידות און בפרט די דברות קודש ודברי הדרכה וואס די רבי האט פאר זיי משמיע געווען.


אנקומענדיג אין די מיידל קעמפ, מחנה בית רחל, איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבת קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן אינעם נייעם פראכטפולע 'ביהמ"ד בית אברהם אבא' אינעם קעמפ.


דער רבי האט זיך דארט באגריסט מיט די רבני המחנה און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי האט געמאכט א ברכה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן הביהמ"ד, הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו, פאר די רבני המחנה הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א, הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א און הרה''ג ר' בנציון ראבינאוויטש שליט''א רב דביהמ"ד שמן למאור דינוב, בן כ''ק אדמו''ר מדינוב שליט''א, און אלע משתתפים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בשבח פון די הנהלת המחנה וועלכע גיבן זיך אוועק פאר די תלמידות הבית רחל אז זיי זאלן קענען נתחנך ווערן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות ע"ד המסורה לנו.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נדבן הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו, און ביים ענדיגן האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א ממנהלי בית רחל, דעם נייעם ספר לב אהרן אויסצוטיילן פאר די לומדי הכולל שע"י מחנה בית רחל.


פון דארט איז דער רבי אריבער צו בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזנטער תלמידות בית רחל, דער רבי האט פאר זיי משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה בעניני צניעות און אויפגעפאדערט צו גיין אנגעטוהן ווי עס פאסט פון קאפ ביז פיס, סיי אין שולע און סיי אינדערהיים, און נישט נאכגיין קיין נייע מאדעס נאר גייען מיט די זעלבע מלבושים ווי אונזערע עלטערן זענען געגאנגען אלע דורות ביז די הייליגע אמהות.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א און געבעטן דעם רבי'ן בשם די טויזנטער תלמידות אז דער רבי זאל זיי אינזינען האבן אין די ימי הרחמים והרצון .


נאכדעם איז דער רבי אריבער צו איינע פון די דארמעטארי בנינים און דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויף די שלאף צימערן, דערביי האט דער רבי געבעטן די הנהלת המחנה מ'זאל זיך אריינלייגן צו פארברייטערן די דארמיטארי בנינים צו קענען אהערשטעלן שלאף צימערן פאר די תלמידות אויף א מער א רחבות'דיגע פארנעם.



תגובות


bottom of page