דערהויבענע מסע הישועות קיין בישטינא בראשות האד' מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג
- לפני 13 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
פרייטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א גרעסערע קבוצה חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן די נסיעה רוממה בראשות כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט''א לערי אבותיו אין אייראפע.
מען איז ארויסגעפארן מיטוואך דברים און נאך אן אפשטעל פון שחרית אין מינכן האט מען געלאנדעט אין קלויזנבורג. ליל שישי פרשת דברים איז מען אנגעקומען אין סיגוט, וואו מ'האט געדאוונט מנחה אינעם הערליכן בנין הכנסת אורחים אין סיגוט. דאן איז פארגעקומען די עליה לציון אין אוהל רבותינו הק' לבית סיגעט.
באישון ליל האט מען ממשיך געווען קיין קרעטשניף צום ציון פון הייליגן זיידן רבי מאיר מקרעטשניף זי"ע בן הרה"ק ר"ר מרדכי'לע זי"ע. דער רבי שליט"א איז ערשט צוגעגאנגען צום ציון פון קרעטשניפער רב הרה"ק ר' צבי הירש ריינמאן זי"ע.
במשך דער גאנצער נסיעה האט מען נהנה געווען פון די פערל רייד פון פה מפיק מרגליות הגה"צ ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ טאהש קרית יואל, און פון הגה"צ ר' יואל איליאוויטש שליט"א חדב"נ הרה"ק מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.
מ'איז אריבער די גרעניץ פון רומעניע קיין אוקראינע צו בישטינא. דארט האט דער רבי שליט"א זיך געטראָפן מיט אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון ארה"ק, און זיי האבן זיך באגריסט אין אוהל הקדוש פון הייליגן רבי ר' מרדכי'לע זי"ע און זיך אנגעוואונטשן צו האבן גע'פועלט אלעס גוטס, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים.
אוממעגליך צו שילדערן די התעוררות ביים ציון הק' אין בישטינא ביי די תפילות ובקשות בראשות דעם רבי'ן שליט"א.
פרייטאג ערש"ק פארטאגס, איז מען ארויסגעפארן קיין אונגארן דורך די גרעניץ אין בערעגסאז און זיך אפגעשטעלט צו שחרית אין ראצפערט, און ארויף צום ציון הקדוש פון הייליגן רבי הירצקא מראצפערט זי"ע, פון וועמען דער רבי איז אן אייניקל.
פון דארט האט מען ממשיך געווען קיין קערעסטיר וואו עס איז געפראוועט געווארן גאר א לעכטיגער שבת אינעם פראכטפולן "קערעסטירער היים", סמוך לציון הקדוש פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע, אויפ'ן זעלבן ארט וואו דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודה א יאר צוריק.
פרייטאג צו נאכטס ביי דער סעודה האט מען געהערט ווערטער פון הגה"צ רבי יואל איליאוויטש שליט"א, און פון חדב"ן הרב רבי שמעון באב"ד שליט"א.
דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור א פערטל צו איינס, צו שלום עליכם. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן הגה"צ רבי יואל איליאוויטש שליט"א, דער רבי'נס ברודער כ"ק הגה"צ רבי מאיר לייב שליט"א, הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א, הרב משה אהרן שטויבער שליט"א פון מאנסי און נאך.
נאך די תורה האט מען ממשיך געווען מיט זמירות "ישמחו במלכותך", מכובד געווארן חדב"ן הרה"צ ר' שמעון באב"ד שליט"א. ברכת המזון על הכוס הרה"צ ר' יואל ארי' שטערן שליט"א וועלכער איז עומד בראש די נסיעות קיין בישטינא רבות בשנים.
שחרית צפרא דשבתא איז צו פסוקי דזמרה צוגעגאנגען צום עמוד הגה"צ ר' שלמה יונגער שליט"א. דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד פון נשמת. צו חזרת הש"ץ איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' יואל איליאוויטש שליט"א. תפילת מוסף איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד.
דערנאך איז געווען קידושא רבא וואס האט נאכגעפאלגט מיט סעודתא דעתיקא קדישא. מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן הרבני הנגיד רבי משה יאקאב שליט"א.
תפילת מנחה צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב הצדיק ר' אהרן יוסף ראזענבוים בן הגה"צ נאנאשער רב שליט"א. הגה"צ ר' יואל איליאוויטש שליט"א, הגבה דער רבי שליט"א, און גלילה הרב החסיד ר' יצחק פרענקל פון בית שמש. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט סעודת רעוא דרעוין, די זמירות און קבלת עול מלכות שמים און די פייערדיגע שלש סעודות תורה.
ביי סעודת מלוה מלכה האט דער רבי שליט"א פארציילט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן, און אזוי אויך אויף הרה"ק ר' ישעי'לע. דערנאך האט מען געהערט סיפורי צדיקים פון הרב הגאון ר' שלמה יונגער שליט"א און דערנאך פאסיגע ווערטער פון כ"ק הגה"צ ר' מאיר אריה לייב שליט"א פון ב"פ. ברכת המזון על הכוס האט דער רבי מכבד געווען דעם ברודער הגה"צ רבי מאיר לייב שליט"א.
דאן איז מען ארויף צום ציון קדשו פון הייליגן רבי ישעי'לע זצוק"ל וואו מ'האט הייס מתפלל געווען. זונטאג מיטאג האט מען פוקד געווען דעם ציון הק' פון הייליגן אך פרי תבואה זי"ע אין ליסקא. מנחה האט מען געדאוונט אין אוהל' אין בנין הכנסת אורחים, סמוך לציון קדשו פון הייליגן ישמח משה זצ"ל.
זונטאג נאכמיטאג איז מען געווען ביים ציון פון הייליגן קול ארי' זצ"ל אין מאד. דער רבי שליט"א האט דארט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכער וויילט דארט אויף מנוחת הנפש. אויפדערנאכט איז מען אנגעקומען קיין קאלוב, צום ציון פון הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע, און הרה"ק הבאר מנחם מקאלוב זצ"ל און נאך. נאך מעריב האט הרה"ג ר' יואל איליאוויטש שליט"א געמאכט א סיום אינעם בנין הכנסת אורחים אין קאלוב און מען האט זיך געוואשן צו א פליישיגע סעודה.












