top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער אין בעלזא נאך פטירה פון הגאון החסיד רבי שמואל פנחס טרויבע זצ"ל רב ודומ"ץ דחסידי בעלזא אין בני ברק

  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט פארקלעמטע הערצער האבן פילע חסידי בעלזא אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א היינט באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק מגדולי המורים הגאון החסיד רבי שמואל פנחס טרויבע זצ"ל, רב ודומ"ץ ביהמ"ד בית פנחס בעלזא אין בני ברק און לאנגיאריגער רב המכשיר מטעם די השגחה מחזיקי הדת, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון פיר און זעכציג יאר נאך יארן פון שווערע יסורים ומכאובים.


דער נפטר איז געווען א זון פון הרה"ח ר' אפרים טרויבע ז"ל באקאנט אלס ר' אפרים קראקאווער, וואס האט געדינט אלס משמש בקודש ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע, ר' שמואל איז פון זיינע יונגע יארן אויסגעצייכנט געווארן מיט זיין געוואלדיגע התמדה און גאונות בתורה, און אין די יארן נאך די חתונה האט ער געדינט אלס ראש כולל לאברכים, און האט גענומען שימוש אין הוראה ביים פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל וועלכער האט שטארק ארויסגעהויבן זיין געוואלדיגע חריפות, און פאראויס געזאגט אז ער וועט נאך זיין איינער פון די גדולי הפוסקים.


ער איז געווען פון די געהויבענע תורה געשטאלטן בעולם ההוראה, און בפרט אין חצר הקודש בעלזא, לאנגע יארן איז ער געשטאנען בראש פונעם בית דין לעניני כשרות דקהל מחזיקי הדת, דינענדיג אלס רב המכשיר, שפעטער מיטן עפענונג פונעם ביהמ"ד בית פנחס אויף די יואל גאס אין בני ברק האט אים כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ממנה געווען אלס דיין און רב פונעם ביהמ"ד, וואו ער האט טאקע מרביץ תורה געווען און געענפערט דעם ודבר ה' זו הלכה פאר טויזנטער שואלים.


בעת ער פלעגט זיך מסתופף זיין בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים, האט אים דער רב שליט"א מערערע מאל מכבד געווען צו דאווענען פארן עמוד אין די ימים טובים און יומי דפגרי.


מיט ארום צוואנציג יאר צוריק, אין סאמע ברען פון זיינע שענסטע תקופות, איז ער ליידער קראנק געווארן מיט די שווערע פארקינסאן קרענק, ער האט מיט מסירות נפש פרובירט ממשיך צו זיין מיט זיין עבודת הקודש, און מקבל געווען די יסורים באהבה ובאמונה, אבער זיין מצב האט זיך מיט די יארן פארערגערט, לעצטנס איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע אינפעקציע, און היינט דינסטאג אינדערפרי האט ער מחזיר געווען נשמתו ליוצרה איבערלאזנדיג א דור ישרים מבורך, קינדער און איידעמער תלמידי חכמים און מרביצי תורה בחצר הקודש בעלזא.


די לוויה האט זיך אנגעהויבן ביים בית מדרש בית פנחס אין בני ברק, וואו עס איז געהערט געווארן א רייע הספדים פון גדולי תורה צווישן זיי הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין רב שכונת אור החיים, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת, און זיין שוואגער הגה"צ רבי יעקב גרינוואלד דומ"ץ בעלזא, שפעטער נאכמיטאג איז די לוויה אנגעקומען קיין ירושלים פארנט פונעם בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא, וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויסגעקומען און מיטגעהאלטן די הספדים, און פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן לקבורה צום חלקת מחזיקי הדת אויפן הר המנוחות.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

bottom of page