top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרק הבונה: גאלאפירנדע בוי-ארבעט צום נייעם ביהמ"ד מפואר דחסידי באבוב אין נייעם יישוב רמה ד' בית שמש

  • Bechatzros admin
  • 4 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה - אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס פרייד נעמען חסידי באבוב אויף די בשורה טובה ומשמחת איבער די עפענונג פון נאך א בית מקדש מעט, א בית המדרש דחסידי באבוב דאסמאל אין די נייע בליענדע שכונה רמה ד' אין בית שמש.


אין די לעצטערע יארן האבן א שיינע קבוצה חסידי באבוב זיך אריינגעצויגן צום נייעם חרדישן ישוב רמה ד' וואו מען טוט שוין פראווען אינאיינעם די תפילות מידי שבת בשבתו אויף א קלענערע פארנעם.


פארגאנגענעם יאר האבן די עסקנים זיך אריינגעלייגט אויפצובויען אן אייגענעם מקום לתורה ולתפילה און בברכתו ועידודו פון כ''ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט מען באלד דערויף אנגעהויבן די בוי ארבעט אויפצובויען א בית מדרש מיט אלע צרכי הקהילה, אריינגערענט א שמחה זאל וואס וועט שטיין צום באנוץ פאר די חסידים בעת שמחתם.


אויף דעם יום טוב שבועות האט מען - אויף צייטווייליג - זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם בנין הביהמ"ד וואו מען האט אינאיינעם געדאווענט די תפילות בשבת אחים, כאטש וואס דער בנין איז נאכנישט פארטאג און מען גרייט זיך אצינד ווייטער פאראויסצוגיין מיט די בוי ארבעט ביז דער ביהמ''ד וועט שטיין פולקאם גרייט על תילה בנויה.

ree
ree
ree
ree
ree

Коментарі


bottom of page