ערשטמאליג: חופה בשמחת בית גור קומענדיגן ח' שבט וועט היסטאריש פארקומען "נאך" די שקיעה, צוליב תענית צדיקים
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני יומיים
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש

צווישן חסידי גור ווערט אויפגענומען די היסטארישע ידיעה איבער אן ערשטמאליגע ערשיינונג וואס וועט זיך אפשפילן ביי די קומענדיגע שמחת בית גור, קומענדיגן חודש שבט, ווען די חופה וועט פארגעקומען "נאך די שקיעה", אנדערש ווי ביז היינט, און ווי ביי די קומענדיגע שמחות, ווען די חופה קומט אייביג פאר איידער די שקיעה.
די רעדע איז איבער די חתונה פונעם רבי'נס אייניקל, הכלה טאכטער פון חדב"ן הרה"צ ר' חיים יהושע שור שליט"א, מיט'ן חתן א זון פון הרה"ג ר' חיים שמעון שפירא שליט"א ר"מ בישיבה גבוה שפת אמת ירושלים, זון פון הנגיד החסיד ר' יצחק שפירא הי"ו, וואס וועט אפגעראכטן ווערן במקהלות רבבות חסידי גור דעם קומענדיגן ח' שבט.
דעם זונטאג שמות, נאכדעם וואס דעם אבי הכלה הרה"צ ר' חיים יהושע שליט"א האט געוויילט אין ירושלים בצל הקודש פונעם שווער דער רבי שליט"א, איז ער אריין בקודש פנימה און פארגעלייגט די אויפגעקומענע שאלה בנוגע דעם יום החופה ח' שבט, וואס דער משנה ברורה ברענגט אז ס'איז א "תענית צדיקים".
דער רבי שליט"א האט געהייסן פרעגן די שאלה ביי הגאון רבי שמואל דוד הכהן גראס שליט"א רב חסידי גור אשדוד, וועלכער האט געפסקנט אז מ'זאל מאכן די חופה הערשט נאך די שקיעה, שוין נאכ'ן יום תענית הצדיקים.
הרצים יצאו דחופים בדבר המלך, לאור זה זענען די שוין געדרוקטע "חתונה בריוולעך" פריש איבערגעדרוקט געווארן מיט'ן נייעם זמן החופה, שאפנדיג אן ערשטמאליגע באגריף ביי חתונות אין גערער הויף, אז ס'וועט פארקומען א חופה ביינאכט.
צוגלייך ברענגט דאס מיט זיך א נייע ערשיינונג, אז די ימי השבע ברכות פארציט זיך ביז א טאג שפעטער, און די געפלאנטע גרויסע שבע ברכות בנעילת ימי השמחה וואס האט געזאלט פארקומען זונטאג יתרו נאכמיטאג, וועט פארקומען א טאג דערויף, מאנטאג מיטאג, ביום חמשה עשר בשבט.




