הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וועט פראווען הילולא פון "בת עין" אין די טעג בעפאר די יארצייט צו פארמיידן ביטול תורה
- בחצרות הקודש
- לפני יום 1
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די פלענער און דעטאלן פון די גרויסע הילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין זי"ע, בראשות המשפיע המפורסם הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.
די הילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין אינעם גרויסן טאג פון י"ב כסלו, ווערט יאר יערליך געפראוועט מיט א זעלטענע התרוממות ודביקות של שמחה דקדושה, אין שפיץ פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, אנגעהויבן מיטן סעודת הילולא רבתי וואו עס קומען זיך צוזאם שווערע טויזענטער אידן זיך אנציווארעמען בדרכי הצדיקים, און פארברענגען אינאיינעם לענגערע שעות בדברי תורה וחסידות אין א העכערע אטמאספערע, נאכפאלגענדיג מיט די צענטראלע עלי' לציון הק' המסוגל לישועות, אויפן אלטן בית החיים אין צפת.
היי יאר ווען די הילולא קדישא געפאלט אויס דינסטאג וישלח, האט מען לויט די הוראה פונעם משפיע, מקדים געווען די ריזיגער מעמד אויף מוצאי שבת, שטייענדיג שוין אין די דריי טעג פון די יארצייט, כדי נישט גורם צו זיין קיין ביטול תורה צווישן די טויזנטער אברכי הכוללים און תלמידי הישיבות וועלכע לעכצן און קוקן א גאנץ יאר ארויס אויף דעם מעמד זיך אנצושעפן מיט די הייליגע אורות פון חיזוק אין אמונה ובטחון בצילו פונעם משפיע וועלכער ברענגט אריין א התעוררות אין די צענדליגע טויזענטער משתתפים מיט זיין הפלאדיגע שפראך און חוש המעורר.
דער מעמד מוצאי שבת וועט פארקומען אינעם גרויסן ביהמ"ד הגדול באיאן אין ירושלים, במעמד אלופי אלפי ישראל וואס וועלן זיך צוזאמקומען פון אלע עקן ארץ ישראל, עס איז ערווארטעט א שטראם פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, און די עסקנים ארבעטן יעצט אויס די פונקטליכע דעטאלן פונעם מעמד, אריינגערעכנט טראנספארטאציע, און אלע טעכנישע צוגרייטונגען.
מאנטאג נאכט בליל ההילולא וועט דער משפיע אפרעכטן א סעודת הילולא אין עיה"ק צפת נישט ווייט פונעם ציון הק', אינאיינעם מיט די חברי החבורות באר האמונה, נאכגעפאלגט מיט די צענטראלע עלי' לציון כחצות הלילה, בשעת רחמים ועת רצון אויפן אלטן בית החיים אין צפת.
דעם שבת קודש פ' ויצא וועט דער משפיע וויילן אין עיר הקודש ירושלים, און פראווענען די באטע פרייטאג צונאכטס אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אויף רחוב שמואל הנביא, במעמד אלפי ישראל, וואו מען וועט זיך דערווארמען ביי די זמירות שירות ותשבחות און דברי תורה והתחזקות וואס דער משפיע וועט איבערגעבן במשנתו הטהורה פונעם גרויסן בעל ההילולא.





