top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי תולדות אהרן אונטערן רושם פון געהויבענע שמחת נישואין אפגעראכטן ברגש של שמחה אין שטאט בארא פארק

מיטוואך פ' חיי שרה • כ"ד חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ווייס


געהויבענע שעה'ן פון התרוממות חדוות הנפש זענען נעכטן פאריבער אויף הונדערטער חסידי תולדות אהרן תושבי ניו יארק וועלכע האבן זיך מיטגעפרייט עד אור הבוקר בשמחתו הגדולה פונעם רועה נאמן כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה וצהלה אין די גרויסער זאלן פון די בעלזא ת''ת אין בארא פארק. עס איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א אייניקל פונעם רבי'ן, בת לבנו הגה"צ ר' ישעי' קאהן אב"ד תולדות אהרן בארא פארק איידעם ביי הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט”א, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' יקותיאל יהודה הורוויץ שליט"א דומ"ץ מכון להוראה מאנסי, בן הגה"צ אב"ד זאליזשא שליט"א, וחתן הרה"צ אב"ד בערהאמעט שליט"א.

ביים מעמד קבלת פנים האט הגה"צ אב"ד חרדים שליט"א פארגעליינט די תנאים, מיט דברי כיבושין האט אויפגעטרעטן איינע פון די בחורים וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געהויבענעם עת רצון, און אויסגערעכנט די גרויסע און הייליגע זיידעס, וואס קומען אראפ פון גן עדן העליון, זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה. נאכן באדעקן איז מען ארויס צו די מעמד החופה תחת כיפת השמים ברחובת עיר בארא פארק, די זיידע כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א האט מסדר קידושין געווען, און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד זאלישא שליט"א, די ברכות די זיידע הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט”א, אין ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אב"ד בערהמעט שליט"א, נאכן חופה האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש בגודל מעלת וקדושת הזמן אזוי אויך ארויסגעברענגט די שווערע מצב השורר בארה"ק ווען עס איז ליידער א זמן פון עת צרה ליעקב, אין געבעטן מתפלל צו זיין פאר אחב"י תושבי ארץ הקודש און אנגעוואונטשן דעם ציבור בברכות לרוב, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים בתופים ומחולות. נאכן חופה האט זיך די ציבור געוואשן צום סעודת החתונה וואס איז סערווירט געווארן אינעם גרויסן זאל פאר די הונדערטער געסט וואס זענען געקומען צופארן מריחוק מקום לשוש ולשמוח בשמחת בית צדיקים.

די רבי שליט''א איז ערשינען צום שמחת החתונה, אין איז ענטפאנגען געווארן לקול מצהלות החסידים. נאכן זיך וואשן צום סעודה האט די רבי געוואנטשן לחיים לכל העם הנאספים, און די ציבור האט געהאט די געלעגנהייט אדורכצוגיין אל מול פני הקודש זיך וואונטשן בהאי עידנא דחדוותא, און מען האט ממשיך געווען אין געהויבענע און פריילעכע ריקודין. די שמחה איז באשיינט געווארן דורך מערערע אדמו''רים ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מבית יצחק ספינקא, סערדעהעלי, בורשטין, פאפא ב"פ, חרדים זידיטשויב, גאב''ד סאטמאר בארא פארק, אבד''ק באבוב 45, הרבנים מבערזאן, סאליצא פאראקעוועי, נעפלעמיץ, ראש ישיבת מונקאטש, און נאך. אום 1:30 האט מען צוגעטראטן צו די מעמד המצווה טאנץ, מען האט א לענגערע צייט געזינגן ניגוני התעוררות און דביקות כהכנה דרבה, דערנאך האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש ווי די רבי האט ווידער ארויסגעברענגט דעם עת צרה ליעקב אין געוואונטשן אז די גרויסער זיידע'ס פון ביידע צדדים וואס קומען אראפ צו אזא שמחה זאלן מעורר זיין רחמי שמים פאר כלל ישראל, אין געבעטן אז בשעת די מצווה טאנץ זאל מען נישט ארויסנעמען די אלע כלים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו. דאן האט די רבי צוגעטרעטן צו דער עבודת הריקודין, און מיט א רגש אש קודש געטאנצן לפני הכלה, וינועו אמות הסיפים פון דעם געוואלדיגן התרגשות וואס האט יעדן ארומגענומען. בפרט ווען מען האט איבער געזינגען איין מאל אין נאכאמאל "אין עוד מלבדו" מיטשלעפענדיג דעם גאנצן ציבור צו א גרויסן התעוררות, דערנאך האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די ריקודין מיט די חתן ווען אינצווישן זענען אריינגעקומען אינעם רינג די גאנצע משפחה קינדער און אייניקלעך פון רבין, די געהויבענע ריקודין פונעם רבין שליט"א האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט בהתרוממות והתעלות. נאכן רבי'נס מצוה טאנץ האט מען אויסגערופן די זיידע'ס הרבנים הגאונים הצדיקים, די מחותנים אין חתן כלה. עס איז שוין געווען קרוב צו 4:00 צופרי ווען מען האט פארענדיגט די שמחה הרוממה.
















































































Comments


bottom of page