top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 11 ביולי 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 5 באוג׳ 2024

ree

דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


דער נאמען פונעם לעגענגארע עסקן הרה"ח משה דוד נידערמאן הי"ו ערשיינט אויף א ליסטע פון די 100 מאכטפולסטע פערזאנען אין די שטאט ניו יארק.

ree

'וכלום מקבלים' ביים חופה אין וויז'ניץ ברחובה של עיר בני ברק.


דער באגאבטער שריפטשטעלער און משפחה רעדאקטאר, ר' אריה ארליך הי"ו, באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, צו הערן און רעדן איבער די אנגייענדע צייטן מיט די רעגירונג אין מדינת ישראל און חרדי'שע מאביליזירונג צו דער מיליטער.


חדרו הפרטי פון הגה"צ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל וכו' נאכן הסתלקות דעם שב"ק.

ree

דער מחותן ביים חתונה וואס האט געזאלט פארקומען אין קרית צאנז נתני' דעם דינסטאג און איז אריבערגעפירט געווארן אויסער די שטאט לכבוד די גרויסער וויז'ניצער חתונה, טוט זיך באדאנקן פאר הנהלת מוסדות וויז'ניץ נאכן וואונדערבארע חתונה וואס זיי האבן צוגעשטעלט בכל טוב וטוב.

האד' מוויז'ניץ ביים ארומגיין פארטיילן די מאכלים כנהוג ביים סעודת עניים.

ree

כל המוריד דמעות על אדם כשר, דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א לאזט א טרער ביים לוי' די וואך פון ידידו ורעו הגאון ר' יהודה דרעי זצ"ל רב פון שטאט באר שבע.

ree

האד' מספינקא ביים בענטשן א ניי געבוירן קינד ביי איינע פון די חסידים אין ארץ ישראל, בעת די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל אין בני ברק.

ree

די וואך האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א צום ערשטן מאל מסדר געוועהן חופה וקידושין ביי א חופה לבן אחד מחסידיו אין שטאט מאנסי.

ree

ביים חתונה די וואך בשמחת בית סאסוב אין שטאט מאנטשעסטער האט 'קרישקעס' באמערקט דעם גבאי'ן ר' אלימלך גרינפעלד הי"ו מיט א חברותא אויסנוצנדיג יעדן מינוט פון די חתונה.

ree

האד' מסאטמאר אויף א שפאציר מיט בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים אין מחנה דברי יואל - סוואן לעיק.


זעלטענע רוף פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א צו אחינו בני ישראל בארצות הגולה צו נעמען א חלק אינעם קרן התורה קאמפיין, צו ערפילן די 24 מיליאן דאללער חובות וואס איז נאך געבליבן צו דעקן די 107 מיליאן דאללער וואס די רעגירונג האט געשניטן פון די לומדי הישיבות והכוללים.

אויף די בארא פארקער גאסן האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מצאנז קלויזענבורג ביים שעפן פרישע לופט.

ree

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין בית המדרש 'שומרי שבת' אין בארא פארק בייפ דאווענען מעריב נאכן מנחם אבל זיין ביי בני האד' מקאסוב זצוק"ל.

ree

האד' מלויצק אויף א באזוך די וואך אין ישיבת חיים תורה וואו די רבי האט משמיע געוועהן דברי חיזוק פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבה.

ree

האד' מבישטנא ביים פארטיילן דאללארן ביי א התוועדות די וואך אין בארא פארק לרגל ג' תמוז יומא דהילולא פון כ"ק האד' הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל.

ree

די וואך ביים היסטארישע הכתרה פון הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א אלס גאב"ד ציריך - שווייץ האט 'קרישקעס' באמערקט הרבני הנגיד ר' יצחק שפירא הי"ו ביים איבערקוקן דעם כתב הכתרה ביים מעמד.

ree

לרגל די חתונה פון אן אייניקל היינט נאכט פון אן אייניקל ביי האד' מסטראפקוב האט איינע פון די חסידים פון חוץ לארץ געשאנקען א נייע שטעקן אלס דרשה געשאנק לכבוד די שמחה.

ree

דעם הערליכן און פרעכטיגן בנין בית המדרש באר משה פרעמישלאן אין מאנסי פארענדיגט כללו בהדרו.

ree

האד' מביאלא בני ברק אויף א באזוך די וואך ביי האד' מספינקא מאנסי.

ree

די וואך נאך א ברית בצל האד' מצאנז קלויזענבארג האט 'קרישקעס' באמערקט דעם רבין שליט"א ביים מחזק זיין א איד מיט זיין ווארעם הארץ און גאלדענע שפראך.

ree

די וויזניצער סדרנים אנגעטוהן מיט די שטריימלעך און געלע וועסטלעך ביים איבערגיין די לעצטע דעטאלן איידער די מעמד החופה די וואך אויף די גאסן פון בני ברק.

ree

האד' מסאדיגורא לאנדאן אויף א באזוך בבית הרה"ג רבי יצחק אליעזר בריעף אבד"ק קהל חסידים לאנדאן לרגל די בר מצוה פון א אייניקל.

ree

והיו עיניך ראות את מוריך אויפן פליגער צום וויז'ניציער חתונה אין ארץ ישראל.

ree
ree

מרן האד' מוויז'ניץ אין א ריקוד מיט האד' משאץ אשדוד ביים שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה א קינד די וואך.


האד' מקוזמיר אין א באגעגעניש מיט המקובל הגה"צ רבי נחום כהן שליט"א נאך א תפילה ביים כותל המערבי.

ree

הגה"צ אבד"ק באיאן ארה"ב שליט"א ביים פארטיילן חומשים פאר די קינדער נאכן חומש סעודה אין תלמוד תורה באיאן מאנסי.

ree

די מאסיווע פארשריט ביי די בוי ארבעט אין קרית וויז'ניץ קייאמישע, אויפצובויען א פרישע דעוועלאפמענט מיט צענדליגע דירות פאר די געברויך פון שטעטל.

ree

לוח מודעות אין קאסוב.

ree

האד' מאמשינאוו ארה"ב באזוכט ביי המקובל הצדיק ר' דוב קוק שליט"א נאכן וויילן שבת אין טבריה.

ree

הגה"צ אבד"ק מאגרוב שליט"א ביי א שיעור די וואך איבער 'כשרות בזמנינו' אין ראם פון 'ארגון שיעורי תורה' אין בארא פארק.


ראש ישיבת חברון הגאון ר' דוד כהן שליט״א איז מכתיר הגאון ר׳ אברהם דרעי שליט"א אלס ממשיך דרכו פון אביו הגאון ר' יהודה דרעי זצ"ל אלס רב אין שטאט באר שבע.


אן אייגנארטיגע שפאציר אין דעם פרישן שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס האט זיך געגרינדעט פאר פיר יאר צוריק דורך הרה"צ ר' יואל ראטה שליט"א ראש ישיבת היכל התורה ברסלב.



א ברכת מזל טוב פאר הרב אשר פריזענד הי"ו משב"ק האד' מבאיאן לרגל שמחת נישואי בתו הכלה למזל טוב.

תגובות


bottom of page