top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פתאום יבוא האדון: פלוצימ'ע באזוך דורך האד' מגור ביי כולל למזומנים דגור אין ערד

מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


גערער כולל יונגעלייט אין ערד זענען געכאפט געווארן אין איבערראשונג ביים מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן א פלוצימ'ע באזוך אינעם ארטיגן "כולל למציונים" מיטצוהאלטן א ספעציעלע בחינה וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין די ראמען פונעם סדר הלימוד "מזומנים".


דער באזוך איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס דער גערער רבי וואס האלט זיך די טעג אויף אין ערד אויף אפרו האט נעכטן דינסטאג געהאט צוגאסט בנו חביבו הגה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א ראש הכוללים דגור און יושב ראש ארגון "תורתו". ווי נאר דער רבי האט געהערט די סיבה פון זיין קומען אהער, זיך משתתף צו זיין ביים פארהער אינעם כולל למציונים, האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו זיך צו זעלבסט באטייליגן, דער רבי האט נאכגעפרעגט ווי ווייט ס'איז, צי מ'קען גיין צופיס אדער מ'דארף רופן א קאר, און זיך תיכף ארויסגעלאזט אין וועג צום כולל.


ווען דער רבי איז ערשינען אין היכל הכולל זענען די לומדים געכאפט געווארן אין שאק און אויסטערלישע שמחה, זייענדיג גענצליך אומגעראכטן צום באזוך. דער רבי האט באשיינט די בחינה פאר אריבער א "שעה א האלב", בעת דער בוחן הרה"ג ר' אברהם ישעי' שפירא מרביץ תורה אין בני ברק שטעלט פאר די פילצאליגע שאלות פאר די גאוני הש"ס, וועלכע לאזן זיך פארהערן אויף ריזיגע כמות'ן פון איבער גאנץ ש"ס. דער רבי האט ארויסגעוויזן אן אויסטערלישע קורת רוח און נאכ'ן פארהער ווארעם געוואונטשן פאר אלע לומדים אויף ווייטערדיגע הצלחה בקנין התורה.










bottom of page