דינסטאג פ' אמור • ו' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

יום שבתון אין לשכוח שרייט זיך ארויס פון די הונדערטע סקווירא חסידים תושבי וויליאמסבורג וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם זעלטן געהויבענעם שבת אין שפיץ פונעם אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און האבן זיך אנגעשעפט מיט התעלות והתחזקות אינעם גרויסן שבת וועלכע איז געווען איין לאנגע קייט פון התרוממות עילאה.
ליל שישי אנקומענדיג בשערי העיר איז הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א אריבער אויף א באזוך אין די סקווירא ישיבה קטנה אין שטאט, אויפדערנאכט איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם גאסט אין די זאל פון אוהל לאה, אינאיינעם מיט א מעמד התייסדות החבורות דחסידי סקווירא אין וויליאמסבורג, נאכן מעמד האט הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א קובע געווען א מזוזה ביים נייעם בנין פון די מיידל סקול.
ביי תפילת שחרית פרייטאג ערב שבת אינדערפרי האבן מיטגעדאוונט די ילדי תשב"ר פון די עלטערע כיתות אינעם תלמוד תורה, נאכן דאווענען איז הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א אריבער אויף א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה, וואו עס איז פארגעקומען א באזונדערע מעמד קבלת פנים דורך די ילדי החמד. אין לויף פונעם טאג האט ער באזוכט ביי די שוואגער'ס כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ וויליאמסבורג שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און ביי הרה"ג רבי יעקב מאנעס שליט"א דיין אינעם סקווירא שטיבל אויף ספענסער סט.
אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע ויואל משה זאל אין צענטער פון שטאט, וואס געפונט זיך הארט אקעגן איבער די אור אלטע סקווירא שטיבל "צמח דוד" אויף בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די גאנצע שבת מבואו ועד צאתו ברוב עם הדרת מלך.
א היבשע וויילע בעפאר זמן כניסת השבת איז שוין דער זאל געווארן איבערגעפילט מיט הונדערטער חסידים, כולם עומדים ומצפים לקבל פני שבת, מיט די ריכטיגע הכנה. מען האט געדאווענט א פייערדיגע קבלת שבת וואו דער אורח הרם הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א, האט געדאווענט פארן עמוד.
די סעודת ליל שבת קודש האט דער חשובע גאסט געפראוועט אינאיינעם מיט די אינגעלייט בשבת אחים גם יחד, וואו הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א האט פארגעזיגען די זמירות און דערציילט סיפורים ועובדות פון די בעלי ההילולא פון די קומענדיגע וואך. דאן האט מען געהערט א רייע דרשות פון די חשובע בעלי דרשנים: הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א וועלעכער איז געקומען זיך משתתף זיין ביים סעודה, הרב יעקב יוסף טווערסקי, און הרה"ג ר' יעקב מאנעס שליט"א דיין אינעם סקווירא שטיבל אויף ספענסער סט. נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די באטע און מסיבת מרעים בהשתתפות די הונדערטער בחורים און חברי הקהילה אזוי אויך חשובע רבנים מכובדים און דעלעגאציע'ס פון חשובע קהילות הקודש.
די סעודת עתיקא קדישא איז געוועהן ספעציעל געווידמעט פאר די בחורי הישיבות הקדושות תושבי וויליאמסבורג, עס האבן אויפגעטראטן עטליכע פון דיבחורי חמד, און הרב אהרן מענדיל האט איבערגעגעבן א יסודותדיגע שמועס פאר די חשובע בחורים.
בעת איז געפראוועט געווארן שלש סעודות מיט גרויס ווארימקייט מען האט געזינגען די זמירות און הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א האט איבערגעגעבן א לענגערע שמועס בעניני עבודת השם, תורה, תפילה, התקשרות לצדיקים און נאך ענינים הצריכים חיזוק, עס האט נאכגעפאלגט מיט געהויבענע ריקודין, דער חשובער גאסט האט געבענטשט על הכוס און דערנאך געדאווענט מעריב און ספירה פארן עמוד. מוצאי שבת איז פארגעקומען א עלעגאנטע 'מסיבת מלוה מלכה' ספעציעל פאר די נדיבים בעם וואס האבן זיך געלאזט קאסטן סכומים הגונים לטובת די מוסדות.
די זעלטן דערהויבענע שבת האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די קרוב צו דריי הונדערט חסידים מיט הויפענעס חיזוק אויף ווייטער.





























































header.all-comments