פרעכטיגער מעמד חנוכת הבית פאר נייעם טשארטקובער קלויז אין מאנטשעסטער אין שפיץ פון האד' מבאיאן
- בחצרות הקודש

- 24 ביולי 2024
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: טיפ הפקות
ברגשי קודש האט דער שטאט מאנטשעסטער דעם מאנטאג מקבל פנים געוועהן דעם גרויסן גאסט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכער האט אפגעראכטן א בליץ באזוך אין שטאט אין די ראמען פון די געהויבענע ימי הביקור אין ענגלאנד, וואס דער רבי האט אונטערגענימען, לרגל די חתונה הגדולה פון אן אייניקל, ווי ברייט באריכטעט.
די רבי שליט"א איז געקומען צו פארן צו באשיינען די גראנדיעזע חגיגה "חנוכת הבית" פונעם נייעם "טשארטקובער קלויז" אין שטאט מאנטשעסטער, וואס שטייט בנשיאותו פונעם רבי'ן שליט"א ובראשות פונעם רב ביהמ"ד הגה"צ רבי ישראל פרידמאן שליט"א אבד"ק טשארטקוב מאנטשעסטער וועם די באיאנער רבי'ן האט אויפגעהאדעוועט אלס קינד זייענדיג א יתום, די רבי שליט"א האט מיט צען יאהר צוריק באשיינט די הנחת אבן הפינה פונעם נייעם ביהמ"ד און האט באגלייט די בוי ארבעט בכל פרטיה ודקדוקיה.
אצינד ווען דער נייער קלויז איז ערגענצט געווארן כליל בהדרה, האט מען זוכה זיין מקבל צו זיין פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א וואס איז געקומען ספעציעל צו פארן מפאר צו זיין על ראש החגיגה, קאמבינירט מיט א מעמד הכנסת ספר תורה. נאכמיטאג האט די רבי שליט"א פארלאזט דעם דערנעבנדיגן קור-שטאט חלדודנא אויפן וועג קיין מאנטשעסטער - א נסיעה פון א שעה צייט, די רבי איז תיכף צוגעפארן צום נייעם קלויז און מיטגעהאלטן די תהלוכת הספר תורה ברחובה של עיר זייענדיג אנגעטוהן בבגדי שבת, אנקומענדיג צום קלויז האו די רבי שליט"א קובע געוועהן די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם ביהמ"ד, נאכן מעמד קביעת מזוזה האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די צוויי ברודער הרה"צ רבי ישראל פרידמאן שליט"א אבד"ק טשארטקוב מאנטשעסטער און הרה"צ רבי דוב בער פרידמאן מטשארטקוב אנטווערפען, אינאיינעם מיט זייער שוואגער הרה"צ ר' יצחק האלפרין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א. דערנאך איז די רבי אריין אינעם דאווען שטוב אין קלויז וואו מען האט געדאווענט מנחה ברוב עם הדרת מלך, נאך תפילת מנחה האט די רבי שליט"א אנגעהויבן דעם קאפיטל 'מזמור שיר חנוכת הבית לדוד', און אזוי אויך עטליכע שיר המעלות און אחינו כל בית ישראל.
פון דארט איז די רבי שליט"א צוגעפארן צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יהושע עוזר האלפרין הי"ו, און נאך א קורצע אפרוה האט זיך די רבי שליט"א משתתף געוועהן ביים סעודת מצוה לגמרה של תורה אינאיינעם מיטן צענטראלן מעמד חנוכת הבית וואס איז געוועהן צוגעשטעלט אויף א מלכות'דיגן פארנעם אינעם פראכטפולן הילטאן סוויט זאל אין שטאט, עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער רב הביהמ"ד הרה"צ רבי ישראל פרידמאן שליט"א אבד"ק טשארטקוב מאנטשעסטער וועלכע האט פון טיפן הארצן באדאנקט דעם רבי'ן שליט"א פארן זיך מטריח זיין צו מפאר זיין בראש החגיגה, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געוועהן אמרי קודש לכבוד העם הנאספים און לרגל המאורע וואו די רבי האט באטאנט אז די נייע קלויז איז א קדושה שני', און א המשך פונעם הייליגן קלויז אין טשארטקוב אינדערהיים, די רבי האט מסיים געוועהן מיט א ברכת קודש אז דאס ביהמ"ד זאל טאקע זיין לתפארת האבות הק' און אנגעוואונטשן די אלע אידן בוני הבית וועלכע האבן געהאט א חלק אין דעם נייעם ביהמ"ד. נאכן מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין גאר געהויבענע טענץ אויפ'ן ניגון "קה זכות אבות" ווען דער רבי איז מעודד די טענץ בעוז ותעצומות. עס איז שוין געוועהן אין א שפעטע שעה ווען די מעמד האט זיך געשלאסן און די רבי האט זיך אומגעקערט למקום הנופש אין חלדודנא.









































תגובות