top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

" שבת שהחיינו" פייערליך געפראוועט אינעם נייעם "קרית הישיבות פון וויזניץ מאנסי אין נייעק

דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

"ברוך שהחיינו וקימנו והגענו לזמן הזה" – איז געווען דער התרגשות'דיגער אויסרוף פון טויזנטער חסידי וויזניץ מאנסי, זקנים עם נערים, וואס האבן פארלאפענעם שב"ק מיטגעהאלטן די געהויבענע געשעעניש בתולדות בית וויזניץ, דער גרויסער "שבת שהחיינו", אינעם נייעם "קרית הישיבות" אין נייעק. דער גיגאנטישער קאמפלעקס פון מבצרים מפוארים וואס דינט אלס אכסניא של תורה פון די ישיבות הקדושות דוויזניץ וואס איז באנייט געווארן ברוב רגש וברוב שבח והודי', בשבת אחים גם יחד, דורך די פילע וויזניצער חסידים בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.


צוויי טויזנט חסידים האבן געוויילט אויף שבת אין נייעק און זענען פלאצירט געווארן אין די בניני הישיבה און די ארומיגע האטעלן. א גיגאנטישער טענט איז געווארן אויפגעשטעלט פאר די טישן שבת קודש, און פאר דעם צענטראלן מעמד חנוכת הבית היינטיגן זונטאג. צווישן די משתתפי השבת האט ספעציעל ארויסגעשיינט דאס השתתפות פון די קינדער פון האחים האדמור"ים לבית וויזניץ מכל מקומות מושבותיהם וועלכע האבן יעדער באזונדער געשיקט א קינד אלס שליח מיטצוהאלטן די היסטארישע חגיגה.


ערב שבת נאכמיטאג זענען די משתתפי השבת פון אַלע מקומות ענטפאנגען געווארן דורך די חשוב'ע עסקנים, עס איז געווען צוגעשטעלט א ווארעמע 'טועמיה', און ביים זמן הדלקת הנרות איז דער רבי שליט"א ערשינען צו מנחה אינעם גרויסן זאל וואס איז שוין געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו, דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו מנחה און קבלת שבת.


איבערגעגעבן עטליכע וויכטיגע אנווייזונגען פארן ציבור. ער האט דערביי איבערגעגעבן בפקודת הקודש אז צוליב די ריבוי האורחים, אריינגערעכנט פילע רבנים, בנן של קדושים, אנשים מכובדים, און נגידים - ואין מוקדם ומאוחר, וועט מען נישט פאַרטיילן שיריים פון די מאכלים פאר די מכובדים ווי איינגעפירט. גאנץ שבת האט מען טאקע אויפגעגעבן די שיריים פאר'ן גאנצן ציבור אויפאמאל כדי נישט פוגע צו זיין בכבודם פון די חשוב'ע געסט.


נאכ'ן דאווענען האט מען געזונגען די זמירות שבת און מ'איז אריבער אינעם אולם הסעודות. דארט איז געווען צוגעגרייט א סעודה כיד המלך פאר אלע געסט. במשך דער סעודה האט אויפגעטרעטן דער גאסט רעדנער הגה"צ גאב"ד אנטווערפּן שליט"א, וועלכער איז ספּעציעל געקומען צו פארן לכבוד דער חגיגה.


דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש און קידוש געמאכט ברוב עם. אויפ'ן אויבנאן לידו פון רבי'ן זענען געזעסן אויסגע'שורה'ט די רבנים חשובים, גאב"ד אנטווערפן, אבד"ק דזיקוב מאנסי, האדמו"ר מנצח מנחם ספינקא, אבד"ק שרגא המאיר, אבד"ק מאדע, אבד"ק טערניווא, אבד"ק גראסווארדיין, ראש ישיבת נועם התורה, הרה"צ ר' ישראל ערנסטער שליט"א און די קינדער פון האדמו"רים לבית וויזניץ.


אַ רירנדע סצענע איז געווען בשעת'ן זינגען דעם ווארימען וויזניצער מנוחה ושמחה ווען דער רבי האט זיך צוגעדעקט דאס פנים און אויסגעבראכן אין א געוויין פון התרגשות. במשך דעם טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות די אנשים מכובדים און מיט'ן בענטשן הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א. נאכ'ן טיש האט דער רבי געטאנצט אויפ'ן ניגון ונשגב און שבח, עס איז שוין געווען אין די פריע פארטאגס שעות ווען די בחורים האבן אהיימבאגלייט דעם רבי'ן נאכ'ן טיש לביתו נאוה קודש אינעם קריה.


צו שחרית שבת אינדערפרי איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"צ ר' ישראל ערנסטער שליט"א און דער רבי האט פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התרוממות הנפש. ביים ליינען האבן עולה געווען הנגידים ר' אברהם חיים סעמיועלס נדבן פונעם ביהמ"ד אינעם ישיבה קטנה אור מרדכי, ר' הערש אלימלך פיש נדבן בנין פיש אין דער ישיבה קטנה קאמפלעקס, און הנגיד ר' אברהם שלמה איינהארן. מפטיר האט עולה געווען דער בריח התיכון און הויפּט נדבן ופטרון פונעם קרית הישיבות הנגיד ר' יעקב אשר פעלדמאן פון טאראנטא.


א באזונדערע התרגשות האט ארומגענומען די טויזנטער משתתפי השבת ווען עס האט עולה געווען דער גליקליכער בעל שמחה הרה"ח ר' נחמן טויב הי"ו משב"ק ביים רבי'ן שליט"א, וועלכער האט א נאמען געגעבן פאר זיין ערשטע קינד וואס איז ביי אים געבוירן געוואָרן נאך דרייצן יאר פון זיין חתונה. דער רבי שליט"א האט א נאמען געגעבן דאס קינד און דערנאך געוואונטשן דעם אבי הבת קוועלנדיג פאר פרייד. ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט דער רבי אויך געזונגען פארשידענע ניגוני הודאה לכבוד דער גרויסער שמחה און מכבד געווען דעם גבאי'ן ר' נחמן מיט'ן זמר להודות ולהלל.


צוליב די ריבוי השמחות בליעה"ר האבן די אריבער 10 חיובים בעלי שמחה עולה געווען ביים ליינען אינעם קינדער מנין, וואו די הונדערטער ילדי תשב"ר האָבן געדאַווענט באזונדער מיט זייערע מחנכים.


דער רבי האָט געדאַווענט מוסף פאַר'ן עמוד, און דאַן איז מען אַריבער צום בנין פון ישיבת נועם התורה וואָס איז סטאַנציאָנירט אינעם קרית הישיבות אין נייעק. עס האָט נאָכגעפאָלגט דער מיטאָג טיש וואו דער רבי האָט פאָרגעזאָגט די זמירות כנהוג און מכבד געווען מיט'ן בענטשן הגה"צ רבי חיים מאיר האַגער שליט"א אבד"ק וויזניץ בלומינגראָוו, בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ וויליאַמסבורג שליט"א. צו מנחה שבת נאָכמיטאָג איז צוגעגאַנגען הרה"צ ר' מנחם שלמה האַגער שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ לאָנדאָן שליט"א, און שלישי האָט עולה געווען הרה"צ ר' מנחם שלמה האַגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ מאָנטרעאָל שליט"א.


נאָך מנחה בעת רעווא דרעווין האָט מען זיך געוואַשן צו שלש סעודות זייענדיג דער קלימאַקס פונעם שבת, ווען עס זענען זיך מצטרף פילצאָליגע חסידים וואָס זענען געקומען צו פאָרן פון אַלע שטעט מיטלעבן די לעכטיגע שעה'ן בצאת השבת. ביי דער תורה האָט דער רבי איבערגע'חזר'ט דאָס וואָס הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל האָט באַפוילן יעדער וויזניצער חסיד צו לערנען כאָטש צוויי שעה אַ טאָג, און דער רבי שליט"א האָט דערביי מוסיף געווען און געפאָדערט אַז כאָטש 15 מינוט זאָל זיין ברציפות אָן קיין הספק, און משתדל זיין אַז דער לימוד ברציפות זאָל זיין פאַר'ן דאַווענען. נאָך די דברות קודש האָט מען זיך אַרויסגעלאָזט אין פייערליכע ריקודין להודות ולהלל נאָך אַזאַ דערהויבענעם שבת.


דער שבת האָט נאָכגעפאָלגט מיט אַ פּראַכטפולן מעמד "הכנסת ספר תורה", זונטאג נאכמיטאג אַריינגעגעבן דורכ'ן נדבן הרבני הנגיד ר' יעקב פעלדמאַן הי"ו לע"נ זיינע עלטערן. דערנאָך איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן די גראַנדיעזע חנוכת הבית אינעם בנין החדש בנדבת הרבני הנגיד ר' אברהם חיים סעמיועלס הי"ו. וואו עס האבן אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מוויזיץ מאנסי שליט"א, דער פטרון פונעם קרית הישיבות הנגיד ר' יעקב אשר פעלדמאַן הי"ו און דער חשובע גאסט הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א.


עס האבן זיך באטייליגט ביי דער מעמד האחים האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א כ"ק אדמו"א מסקולען מאנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק פאפא מאנסי שליט"א און נאך חשובע רבנים.





Comments


bottom of page