top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נאסטאלגישע הויז פון הגרמ"ד הלוי סאלאווייטשיק זצ"ל ראש ישיבת בריסק ארויסגעשטעלט צום פארקויפן‎

עודכן: 10 בפבר׳

דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די טעג איז באקאנט געווארן אז די נאסטאלגישע הויז פון הגאון האדיר רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק זצ"ל ראש ישיבת בריסק, אויף רחוב עמוס אין ירושלים, איז ארויסגעשטעלט צום פארקויפן. אין דעם בית הגדול האט דער ראש הישיבה געוואוינט צענדליגער יאהרן ומשם יצאה תורה והוראה לישראל, צווישן די פיר ווענט האט ער שוקד געווען על דלתי התורה יומם ולילה מיט אן אויסטערלישע התמדה.


אצינד שטייענדיג פיר יאהר נאך די הסתקלות, האבן די קינדער פונעם ראש הישיבה, ארויסגעשטעלט דער דירה צום פארקויפן. פילע תלמידים און נגידים תומכי תורה האבן שוין אריינגעגעבן זייער ביד צו איינהאנדלן דעם משכן הקודש וואס איז איינגעזאפט מיט אזויפיל תורה. די דירה אויף די עמוס גאס אין די גאולה געגנט, שטייט אומבארירט און אריגינעל גענוי ווי עס איז געשטאנען די לעצטע צענדליגער יארן.


דער דירה איז ארויסגעשטעלט געווארן אויף אויספארקויף דורך די 'ווינערס' ליציטאציע הויז און וועט געשטעלט ווערן אויף ליציטאציע קומענדיגע זונטאג תרומה, מיט די אנהייבענדע פרייז פון $1,150,000 בעפאר שטייערן און אנדערע קאסטן, וואס קומט אויס צו א סך הכל פון $1,489,250 נאך די שטייערן.



Comments


bottom of page