זונטאג פ' מצורע • ו' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארלאפענעם דאנערשטאג ד' ניסן איז אפגעצייכנט געווארן אין חצה"ק ראחמיסטריווקא אין ארץ ישראל די יארצייט טאג פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכער האט באלויכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה.
נכדו כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכל הטישן אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים וואו עס האט זיך אויף משתתף געוועהן כ"ק האדמו"ר מטאלנא שליט"א פון אשדוד.
Kommentare