top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וַיֹּאפוּ אֶת הַבָּצֵק • מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אנגעקומען מצות באקן אין קרית צאנז נתניה

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' וואס וויילט די טעג אין שטאט נתניה אויף אפרוה איז נעכטן נאכמיטאג אנגעקומען צו די היימישע מצות בעקעריי אין קרית צאנז, באקן מצות לקראת יו''ט פסח הבא עלינו פאר בני משפחתו אין פאר די נגידים ותומכי הישיבה. דער גאון איז ארומגעגאנגען איבער אלע חלקים פונעם מצה בעקעריי און דערנאך מפריש געווען חלה מיט א ברכה, אין מיטגעהאלטן די סדר האפייה פאר קרוב צו דריי שעה און שטארק באוואונדערט די פילע הידורים אין חומרות כחוקת הפסח וכמשפטו.


פארלאפענעם וואך איז דער פוסק הדור שליט"א ארויסגעפארן שעפן מים שלנו אין אויך אליינס געמאלן די ווייץ בטירחא דגופא לשם מצות מצוה, צו מקיים זיין דעם "מצוה בו יותר מבשלוחו".


















Comments


bottom of page