top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא רייזט אפ קיין ליזענסק פולין כמידי שנה בשנה צום הילולא פון בעל נועם אלימלך זי"ע

זונטאג פ' ויקהל • כ"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


ווי יאהר יערליך איז כ''ק האד' מרחמיסטריווקא שליט''א אפגעפלויגן קיין ליזענסק פולין לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ר''ר אלימלך זי''ע וואס איז אויסגעפאלן פאריגן ליל שישי, ווי די רבי טוט אפרעכטן זיין עבודת הקודש ארום די טעג פונעם הילולא הארט נעבן דעם ציון הק' אין איז מעתיר ומפציר לדבר ישועה ורחמים בזכותו של אותו צדיק וקדוש.


דאנערשטאג מיטאג האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט פון ארץ ישראל אין באגלייטונג פון א ענגע קרייז מקורבים אין משמשים בקודש, פארנאכטס האט מען געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט ווארשא וואו מען האט געדאווענט מנחה איז זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין ליזענסק.


בליל ההילולא קדישא כ"א אדר איז די רבי אנגעקומען צום שטאט ליזענסק, וואו עס האט אפגעווארט הרב שמחה קרקובסקי וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם הכנסת אורחים אין ליזענסק. נאך א קורצע אפרוה ארום 3:00 פארטאגס איז די רבי אריינגעקומען צו מעריב אינעם ביהמ''ד אין בנין הכנסת אורחים.


צומארגנס פרייטאג ערב שבת מיטאג האט די רבי שליט"א פוקד געוועהן מקום מנוחתו פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, אין זיך דארט אויפגעהאלטן ביים ציון גאנצע פיר שעה, די רבי האט געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם בעל ההילולא, אין דערנאך אנגעהויבן דע מזמורי תהלים מיט א געוואלדיגן התרגשות, ווען נהרי נחלי דמעות גיסן זיך פון זיינע אויגן, אזוי איז די רבי געשטאנען שעות לאנג אין שופך שיח געוועהן לישועת הכלל והפרט. דערנאך האט די רבי גענימען קוויטלעך פון די ארומיגע אין אליין געשריבן א קוויטל ווי די רבי האט מזכיר געוועהן זיך - אין די בני בית, קינדער אין אייניקלעך. דאן האט הרב שמחה קרקובסקי איבערגעגעבן א קוויטל מיט די נעמען פון אלע תומכים פונעם הכנסת אורחים אין ליזענסק אין די רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו, עס איז שוין געוועהן הארט פארן זמן כניסת השבת ווען די רבי האט פארלאזט דעם אהל הק' אין האט זיך אנגעהויבן גרייטן אויף שבת.


אויף גאר א געהויבענעם פארנעם איז געפראוועט געווארן שבת באתרא קדישא ליזענסק, וואו די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די תפילות אין טישן ברוב עם הדרת מלך, אינאיינעם מיט א גרויסן קיבוץ חסידים פון ארץ ישראל אין אייראפע, אין נאך הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען צו פארן פוקד צו זיין דעם ציון הק' אין זענען פארבליבן אויף שבת אין ליזענסק.


צו מנחה ערב שבת האט די רבי צוגעשיקט צום עמוד הרה"צ רבי נחום טווערסקי שליט"א איידעם פונעם פעטער כ"ק האדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, אין נאך א הפסקה כחצות הלילה איז די רבי אריינגעקומען צו קבלת שבת אין מעריב אין דאן מעריך געוועהן שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם. די רבי האט געגעסן די סעודת שבת מיטן עולם, אין מען האט געבענטשט ארום 5:00 פארטאגס.


שבת אינדערפרי ביים ליינען האט מען פארקויפט די עליות פאר גרויסע סכומים לטובת דעם הכנסת אורחים אין ליזענסק, דעם רבינס אלייה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרה"צ ר' משה יחזקאל לאופער שליט"א אב"ד זכרון יהודה דזי'קוב, וועם די רבי האט געמאכט א ספעציעלע 'מי שברך' נאכן עולה זיין. די סעודה שבת באטאג האט די רבי געגעסן אויף א פריוואטע פארנעם בחדרו הפרטי. ביים זמן רבינו תם איז די רבי אריינגעקומען צו שלש סעודות וואו מען איז דורך וואונטשן לחיים אין די רבי האט כמנהגו פארטיילט פירות פארן ציבור אין אנגעוואונטשן יעדן בפרטיות. פארן בענטשן האט די רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צדיק דער בעל ההילולא אין ארומגערעט איבער די געוואלדיגע קדושת המקום - אדמת קודש הוא. נאכן בענטשן האט די רבי פארגעלערנט עטליכע שטיקלעך אין ספר הקדוש 'נועם אלימלך'. ביים עלות השחר האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, אין דערנאך האט די רבי געזאגט 'ויתן לך' מיטן גאנצן ציבור אין דערציילט סיפורי קודש פון די צדיקים בעלי ההילולא פון די וואך.


ביי די תפילות אין טישן דורכאויס שבת האבן זיך אנגעזעהן, הגה"צ אב''ד מישקאלץ שליט"א, הרה"צ ר' משה יחזקאל לאופער שליט"א אב"ד זכרון יהודה דזי'קוב, הרב שמחה קרקובסקי, העסקן הרב מאיר פרוש אין זיין זוהן העסקן ר' ישראל פרוש.




































Comments


bottom of page