top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ציון במר תבכה: הגאון ר' אהרן פישער זצ"ל רב שכונת זכרון משה נפטר געווארן

מאנטאג פ' בשלח • ה' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה: מיט צער און טרויער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הרב הגאון ר' אהרן פישער זצ"ל מרא דאתרא שכונת זכרון משה ומו"ץ העדה החרדית, וועלכער איז יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל נפטר געווארן אין עלטער פון 78 יאהר. דער חשובע נפטר איז געוועהן א זוהן פון הגאון האדיר ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל ראב"ד ירושלים, און האט נאך זיין טאטנס פטירה איבערגענומען זיין אמט אלס רב אין די בארימטער זכרון משה שטיבלעך וואס דינט אלס צענטער פונקט פאר הונדערטער אידן וועלכע דרייען זיך דורך אין דעם שוהל, טאג טעגליך.


דער רב זצ"ל איז געוועהן אן איידעם ביי הגאון המובהק רבי יצחק נתן קופרשטוק זצ"ל בעל 'מאורות נתן', מחשובי רבני ירושלים של מעלה. אין צוגאב צו זיין רבנות פאסטן האט ער געדינט אלס ראש הכולל 'עץ חיים', און האט עוסק געוועהן רוב שעות פון טאג צו פסקנען שאלות בכל מקצועות התורה, באזונדער איז ער געוועהן מפורסם מיט זיינע פארשידענע סגולות נפלאים מיט וואס ער האט געהאלפן אומצאליגע אידישע קינדער בעת צר.


אבידה היא שאין לה תמורה, די פטירה פונעם דיין מפורסם ומורה ודאין, איז א פארלוסט פארן שטאט ירושלים און פאר תושבי שכונת זכרון משה בפרט, וואו ער האט צענדליגער יאהרן באשיינט מיט זיין כח התורה, און געפסקנט שאלות להורות דבר השם זו הלכה.


די לעצטע תקופה איז דער רב שטארק אפגעשוואכט געווארן, די חולשה האט זיך ליידער גובר געווען מיום ליום, בעת כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו השלימה. טראץ זיין שוואכע כוחות איז ער אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום, זיין קביעות'דיגער מנין תפילה במתינות, און אויפגענומען אידישע קינדער צו ענטפערן שאלות בכל חדרי התורה.


פאריגע וואך האט מען איהם אפגעפירט אין שפיטאל מיט א שווערע לונגען אנטצינדונג און היינט נאכמיטאג האט ער מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה לדאבון לב אלפי בני ירושלים וכל בית ישראל.


ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, בנין וחתנין רבנן, און זיינע חשובע ברודער הגאון האדיר ר' יהודה פישר חבר בד"ץ העדה החרדית און הגאון ר' משה פישער ראש ישיבת קטנה רמ"א אין ירושלים.


די לוי' גייט ארויס היינט 10:00 באנאכט פון בית הכנסת זכרון משה אין ירושלים, צום הר המנוחות וואו ער וועט געברענגט ווערן מנחוה נכונה נעבן זיין גרויסן פאטער דער ראב"ד זצ"ל.


ת.נ.צ.ב.ה.

Comments


bottom of page