מוצאי שבת פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
טעג פון התעלות והתרוממות הנפש איז אריבער אויף חסידי בעלזא תושבי מאנטשעסטער און אנטווערפן, בראשות פונעם געהויבענעם גאסט פון ארץ ישראל, הרה"ג ר' שלום רוקח, נכדו חביבו פון כ"ק בעלזער רב שליט"א, ווען אינעם הויכפונקט איז אפגעהאלטן געווארן דער שבת מרומם אין מאנטשעסטער פון וואס דער ציבור האט געשעפט פולע באגאזשן מיט חיזוק והתעוררות.
דער חשוב'ער גאסט האט געלאנדעט אין מאנטשעסטער פארלאפענעם דאנערשטאג צופרי, און איז אפגעווארט געווארן דורך א שיינעם ציבור ובראשם די רבני ודייני בעלזא מאנטשעסטער.
די אכסניא אין מאנטשעסטער איז געווען בבית הנגיד ר' יצחק שלמה גראס חבר ועד הקהלה, ומגדולי תומכי המוסדות. שטייענדיג אין די טעג ארום די יומא דהילולא פונעם בולגרייער רב ז"ל האט רבי שלום דערציילט עובדות וסיפורים, ווי אויך האט מען געהערט סיפורים פונעם ציבור חסידים, מיט זכרונות פונעם באזוך פונעם בולגרייער רב אין מאנטשעסטער שנת תש"ט.
דורכאויס דעם טאג האט רבי שלום אפגעשטאט באזוכן ביי די רבני העיר, צווישן זיי ביי ביי הגאון רבי גבריאל קרויס ראב"ד מאנטשעסטער, כ"ק אדמו"ר מהורדענקא, הרה"ג רבי אהרן גרינפעלד דומ"ץ בעלזא אנטווערפן, הגה"צ ר' ישראל אהרן הורוויץ גאב"ד חוסט באסטאן, הרה"ג ר' אהרן בעק מפרעמישלאן, שו"ב, וועלכער האט געוויזן די חלפים פאר'ן חשוב'ן גאסט.
ביינאכט איז רבי שלום אנגעקומען צום צענטראלן בעלזער שטיבל אין שטאט, אויף תפלת מעריב, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען. שפעטער אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אסיפת התחזקות פאר די אברכי הכולל, וואו רבי שלום האט אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי הדרכה והתחזקות.
פרייטאג צופרי האט רבי שלום געדאווענט צוזאמען מיט די תלמידי ישיבה אור תורה בעלזא און די העכסטע כתה פון פון ת"ת חינוך נערים, און נאכ'ן דאווענען איז ער אנגעקומען אויף א ביקור אין ת"ת חינוך נערים. דערנאך איז רבי שלום אנגעקומען אויף א באזוך ביים שטח החדש וואס די הנהלת הת"ת האט אויפגעקויפט אויפצובויען א נייעם בנין פאר די ת"ת.
דער שבת תולדות איז אריבער מיט אן אויסטערלישע געהויבנקייט און ווארעמקייט בצלו פונעם אורח הדגול. פרייטאג צונאכטס נאך מנחה האט דער דומ"ץ הקהלה אויפגעטרעטן און מקדם געווען בברכה דעם חשוב'ן גאסט, און דערנאך איז רבי שלום צוגעגאנגען צו קבלת שבת.
די סעודה פרייטאג צונאכטס האט רבי שלום געגעסן אין שטוב פון הרב סעדי' גרינפעלד אינאיינעם מיט א קבוצה אברכים צעירים, וועלכע האבן געקוואלן פון די שיינע שמועסן פון רבי שלום בדברי חיזוק פאר פרישע יונגעלייט נאך די חתונה.
שפעטער איז רבי שלום אנגעקומען אין ביהמ"ד צו די באטע, וואו מ'האט פארברענגט ביז א שפעטע שעה בשירה וזמרה ודברי תורה. אין לויף פון די באטע האבן זיך באטייליגט מערערע רבני ודייני העיר, צווישן זיי הגאון רבי מאיר חיים געשטעטנער רב ביהמ"ד מחזיקי הדת, הרה"ג ר' דוב גרינבוים דומ"ץ סקווירא מאנטשעסטער, הגה"צ ר' חיים מאיר ערנסטער אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער, הגאון רבי חיים היימליך ראש הדיינים מחזיקי הדת, הרב יוחנן פנחס טווערסקי נכד האדמו"ר מסקווירא, הרב אלעזר האגער נכד האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, הרב אהרן מאיר קאהן נכד האדמו"ר מתולדות אהרן, און נאך.
שחרית איז געווען אינעם בעלזער שטיבל אויף די לויער ברוטאן גאס. רבי שלום האט געבענטשט ראש חודש און יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מוסף. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא וואו רבי שלום האט נאכגעזאגט א תורה וואס דער עלטער-זיידע דער בולגרייער רב האט אפגעשריבן דא אין מאנטשעסטער.
די סעודת שבת בייטאג איז געווען צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה. מנחה ושלש סעודות איז געווען אין גרויסן ביהמ"ד וואס איז פאריבער מיט גרויס התעוררות און לענגערע שיחת התחזקות פון רבי שלום בעניני תפלה. נאך מעריב האט רבי שלום באשיינט דער מסגרת הלימוד "אבות ובנים" און משמיע געווען קורצע דברי חיזוק פאר די קינדער און פארטיילט ממתקים.
שפעטער מוצש"ק איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע התוועדות רבתי. אלס יו"ר האט אנגעפירט דער בארימטער מגיד הרה"ח ר' ישראל שטערן, און מיט'ן דבר הקהלה האט אויפגעטרעטן הגאון רבי אהרן גרינפעלד דומ"ץ. רבי שלום האט אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד און א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער קדושת ביהמ"ד. רבי ישראל שטערן האט משמיע געווען פרקי חרוזים, און רבי שלום האט פארטיילט א מתנה פאר אלע עסקני המוסדות.
זונטאג ויצא נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די גייסטרייכע חגיגת חנוכת הבית פאר די "בית מלכה" החדש, מיט'ן השתתפות פון די נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט גרויסע סומעס פאר'ן הקמת הבנין. רבי שלום האט גע'חתמ'ט אויף די שטרי שותפות און פארטיילט פאר אלע תורמים תחינות וואס איז געבענטשט געווארן דורך די באבע הרבנית הצדיקת מבעלזא תליט"א.
מאנטאג צופרי האט רבי שלום געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה, און פארגעדאווענט הלל פאר'ן עמוד, און דורכ'ן טאג באזוכט ביי עטליכע רבני העיר, און שפעטער ביי הרה"ח ר' יהושע וואלדמאן בעלזער ראש הקהל אין מאנטשעסטער.
דינסטאג צופרי איז רבי שלום אפגעפלויגן קיין אנטווערפן אויף א קורצן בליץ-באזוך פון עטליכע שעה. אנקומענדיג לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יחיאל הערשקאוויטש איז געווען עטליכע תפילין לייגנס, און דערנאך געדאווענט שחרית בבית האכסניא. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים בהשתתפות די רבני ודייני הקהלה, ווי אויך האט זיך באטייליגט הרה"ג רבי פנחס לייבוש פאדווא אב"ד שומרי הדת.
שפעטער נאכמיטאג האט רבי שלום באשיינט בראש המעמד כבוד התורה פאר די לומדי הכולל, און פארטיילט תעודות פאר די עמלי תורה, און אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק ללימוד התורה. דערנאך איז רבי שלום אריבערגעפארן זיך משתתף זיין ביים גרויסארטיגן רייכן מעמד "שותפים לתורה"פאר די תומכים וואס האבן בייגעשטייערט פון 1200 און העכער להחזקת הכולל.
הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד האט אויפגענומען דעם גרויסע גאסט מיט טרעפליכע דברי ברכה, און דער אורח הדגול רבי שלום האט אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד מיט דברי שבח וחיזוק פאר די עסקנים און תמכין דאורייתא. נאכ'ן מעמד זענען אלע נגידים בעם אריבער און גע'חתמ'ט א שותפות יששכר זבולון און רבי שלום שליט"א האט מצרף געווען חתימת ידו.
מיטוואג פארטאגס האט זיך רבי שלום אהיימגעקערט אויפ'ן וועג קיין ארצינו הקודש, שליסנדיג די מסע חיזוק פאר חסידי בעלזא תושבי מאנטשעסטער און אנטווערפן וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.
תגובות