האד' מניקלשבורג באזוכט אין ארץ ישראל לכבוד שמחת הבר מצוה פון אייניקל
- בחצרות הקודש

- 2 ביוני 2024
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: צבי בלום
אין עיה"ק ירושלים איז דעם ליל שישי געפייערט געווארן די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, א זוהן ביי בנו בכורו המנוח הרה"צ רבי שלום ברוך יהודה לעבאוויטש ע"ה, די שמחה איז פארגעקומען אין די דרכי נועם זאל אין שפיץ פונעם ראש בית אב די זיידע כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צו באשיינען די שמחה. באזונדער האבן זיך אנגעזעהן פילע חסידים, מעריצים, קרובי המשפחה און גוטע פריינד, צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם, הרה"ג רבי משה יצחק טעמפלער אב"ד קהל חסידים ירושלים און נאך.
צומארגנס פרייטאג ערב שבת איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף תפילת שחרית ביים קבר שמואל הנביא אין ירושלים וואו די רבי האט געלייגט תפילין פארן אייניקל דער חתן הבר מצוה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה וואו די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג פון שמואל הנביא שטייענדיג אין די טעג ארום די הילולא וואס געפאלט אויס די וואך.
שבת האט די רבי געפראוועט אין ירושלים בבית האכסניא אין שטוב פון מקורבו הנגיד ר' דוד רייכמאן אין די רוממה געגענט, א גרויסן ציבור מתושבי המקום האבן זיך פארזאמלט ביים טיש פרייטאג צונכאטס און אזוי אויך ביי שלש סעודות בעת רעווא דרעווין וואס די רבי שליט"א האט אפגעראכטן מיט גרויס דערהויבנקייט כדרכו.















































תגובות